זונטאג פ' שמיני • כ"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א שיינעם מעמד לחיים וקנין זכות, איז פארגעקומען אין די טעג בעפאר יו"ט פורים בביתו נאוה קודש פון הרה''ק מסאטמאר זי״ע אויף 500 בעדפארד עוועניו. אינאיינעם מיט הנגיד המפורסם הרה״ח ר׳ משה שמואל זופניק הי״ו, מיט בנו העסקן הנמרץ הרה״ח ר׳ יואל ישראל זופניק הי״ו וואו עס איז בנוכחת כ״ק האדמו"ר מסאטמאר שליט״א ובהתייעצות קדשו באשטימט געווארן צו קורא שם זיין פאר׳ן גאנצן בית חינוך לבנות פון מוסדות ״יטב לב״ בירושלים עיה״ק, אין אלע אפטיילונגען און בנינים, מיט׳ן נאמען ״בנות ישראל - בית פיגא״, לשמה ולזכרה פון הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע״ה מחברתו הטהורה פון הרה''ק מסאטמאר זי״ע, פאר׳ן סכום אדיר פון 2 מיליאן דאלער!
די רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז דאס וועט זיכער זיין די גרעסטע עלי׳ פאר די נשמה פון די רעבעצען ע״ה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אלע מוסדות פונעם סאטמארער רבי'ן זי״ע ובפרט לטובת די הייליגע מוסדות יטב לב בארה״ק, און אוודאי וועט דער צדיק אמת זיין א מליץ יושר פאר׳ן חשובן נדיב.
די רבי האט אויך ארומגערעט בשבחו פוו איש אמונו הרבני החסיד רבי משה פריעדמאן שליט״א משב״ק אדמור"י בית סאטמאר, וואס האט מיט זיין השתדלות באגלייט דעם מקח צום סוקסעספולן גמר בסייעתא דשמיא.
Comments