דינסטאג פ' תזריע • א' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט שטורמיש פריידיגע געפילן האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אויפגענימען די היסטארישע נייעס פון שטאט וויליאמסבורג, אז בס"ד נאך לאנגע יארן וואס די קהילה איז איינקוואטירט אין בנין ביהמ"ד הגדול אויף הופער סט. איז אין די טעג געלונגען גענצליך אפצוקויפן און קלאוזן אויפן שטח הביהמ"ד.
דער ביהמ"ד הגדול אויף הופּער סט. איז אריין אין באנוץ לקראת די הייליגע טעג בשנת תשס"ז ווען כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געפראוועט דעם ערשטן ראש השנה נאכן איבערנעמען דעם כתר ההנהגה. עס איז דאן געווען חידוש ווי אין בלויזע צוויי וואכן האט מען באוויזן אהערצושטעלן א ריזן בנין הביהמ"ד מיט אלע צוגעהערן. במשך אלע יארן שפעטער איז דער ביהמ"ד געווען געדינגען פון די קראסנא מוסדות און מען האט געצאלט פאר דעם שווערע געלטער אין לויף פון אלע יאר.
ברם יזכר לטוב הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספּלער ע"ה ראה"ק דקהל יטב לב וועלכער האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה אפצוקויפן דעם בנין אונטערן בעלות פון די קהילה אין וויליאמסבורג. ר' מאיר זעליג ע"ה אינאיינעם מיט די הנהלת הקהילה האבן דאן אריינגעלייגט שווערע כוחות און אינאיינעם מיט די פאנטאסטישע נדבה פון משפחת ראזענבערג האט מען דאן אפגעקויפט דעם בנין הביהמ"ד וואס איז געגעבן געווארן דעם נאמען "בנין יצחק ראזענבערג" לע"נ דעם אומפארגעסליכן ראה"ק הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג ע"ה וואס האט זיך מוסר נפש געווען צו אויפשטעלן דעם ביהמ"ד.
אין די פארלאפענע יארן זינט מען האט אפגעקויפט דעם ביהמ"ד איז נאך געווען פאַַרשידענע שטיינער אין וועג צו קענען לעגאל איבערשרייבן דעם ביהמ"ד אונטערן בעלות פון קהל יטב לב. די עסקניo האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות דאס צו מסדר זיין, אז דער ביהמ"ד זאל קענען לעגאל אריינגיין אונטערן בעלות פון קהל יטב לב, נאכן נאכקומען עטליכע פארלאנגען פון די שטאט. ב"ה אז אין די טעג ארום פורים איז געקומען די פרייליכע נייעס אז דער בנין איז באשטעטיגט געווארן לעגאל און מען האט ערהאלטן די CO פארן בנין הביהמ"ד.
Comments