top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטע אסיפות הנגידים ביי פרעצעדענטאלע ׳מסע ההצלה' דורך גדולי ומאורי ישראל בעיר הבירה לאנדאן

דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

מיט טיפע באגייסטערונג האט דאס יהדות החרדית אין לאנדאן מקבל פנים געוועהן מרנן ורבנן גדולי מנהיגי העדה וראשי ישיבות וואס האבן ווידער מכתת רגליהם געווען מיט א געמיינזאמע קריטישע מיסיע אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער למען הצלת עולם התורה, די משלחת גדולים ואדמורי"ם וואס זענען געקומען צו פארן מרנן ורבנן ראשי ישיבת סלאבאדקע הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטירווקא שליט"א, המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, און הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון.


נעכטן מאנטאג נאכמיטאג האט די פריוואטער פליגער מיט די ערשטע דעלעגאציע פון די גדולים געלאנדעט אין די לאנדאן לוטאן לופטפעלד וואו א חשובע דעלעגאציע האבן מקבל פנים געוועהן די גדולים אין שפיץ פון די ראשי הקרן הר"ר שמעון גליק, הר"ר לייבל לעווינסאן, הר"ר אברהם גאלדשטיין און נאך נגידים ושועים. די גדולי ישראל האבן זיך ארויסגעלאזט צו די גאלדערס גרין געגענט וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן די ערשטע אסיפת הנגידים, אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' בנציון פרישוואסער הי"ו מגדולי מחזיקי תורה, בעל האכסניא פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, וואס זיין שטוב איז שוין צענדליגער יאהרן א בית וועד לחכמים פאר גדולי ישראל ומאורי הדור. שפעטער נאכמיטאג איז דער משלחת כבוד ארויף צום שטוב פון הנגיד ר' ישראל פעלס, וועלכע האט זיך אנגערופן מיט א פאנטאסטישע סומע פארן קרן עולם התורה לכבוד די באזוך.


באנאכט איז פארגעקומען א  גראנדיעזער באנקעט פאר נגידים בעם אין די עלעגאנטע 'פילאר' האטעל, פאררופן דורך הנגיד ר' לייבל לעווינסאן, געווידמעט פאר נגידים נכבדים וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם נייעם קרן מיט חודש'ליכע סכומים, וואו די ראשי הישיבה האבן משמיע געווען דעם זעקת התורה. כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע האט א קורצע צייט פריער געלאנדעט אין לאנדאן איז תיכף פונעם לופטפעלד אנגעקומען צום מסיבה וואו די רבי שליט"א איז מכובד געווארן פארצוזאגן פרקי תהילים פאר אחינו בני ישראל הנותונים בצרה ובשביה. 


לעצטע הכנות ווערן אצינד געמאכט צום מאסיווע מעמד קבלת פני רבותינו, אין די גיגאנטישער אייקיא פעסטונג, וואו עס וועלן זיך צוזאמנעמען טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ענגלאנד, כאיש אחד בלב אחד, מקבל צו זיין פני הקודש פון די גדולי הדור, און אוועקשטעלן א יסוד איתן פאר די נייע קרן עולם התורה.




ความคิดเห็น


bottom of page