top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צבי תפארתו: הילולא קדישא פון הרה"ק מספינקא זי"ע בחצר הקודש תולדות צבי ספינקא

מאנטאג פ' שופטים • כ"ט אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט גאר גרויס התעוררות איז אפגעהאלטן געווארן די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מספינקא זי"ע וועלכע איז געפאלן בעצם יום השב"ק כ"ז לחודש מנחם אב, בצל הקודש פון בנו חביבו כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א,


דער שב"ק איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם אין קרית יואל, וואו דער ספינקער רבי שליט"א וויילט יאר יערליך אויף די זומער וואכן, און עס האבן זיך אנגעזעהן פילע געסט און די תלמידי הישיבה וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם שב"ק בצל הקודש וואו דער רבי האט געדאווענט די תפלות פאר'ן עמוד לרגל די יארצייט און אפגעראכטן די טישן מיט גרויס ווארימקייט.


מוצאי שב"ק איז פארגעקומען די צענטראלע סעודת הילולא וסיום הש"ס אין ישיבה גדולה תורת צבי ספינקא קרית יואל בראשות דעם רבי'ן שליט"א, צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שמואל שפיטצער שליט"א אב"ד ראדאשיץ קרית יואל וועלכער האט מיטגעטיילט שיינע זכרונות פונעם בעל ההילולא זי"ע וואס ער האט זוכה געווען להסתופף בצל קדשו, דערנאך האט מען געהערט גאר א שיינע דרשה פונעם ראש ישיבה הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א, און דאן האט אויפגעטרעטן דער אורח הכבוד הגה"צ ר' יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א אבד"ק שערי תפילה. דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכער האט משמיע געווען דברי התעוררות והכנה בעפאר'ן ארויפגיין צום ציון הקדוש, און דערביי געוואונטשן פאר'ן ציבור ברכות לרוב בזכותו של בעל ההילולא.


מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק באראוו שליט"א נכד בעל ההילולא, און נאכ'ן בענטשן האט דער רבי פארטיילט קנאבל פאר'ן גאנצן עולם.


צומארגנס זונטאג איז רבי ארויף צום ציון הק' אויפ'ן ביה"ח אין ניו דזשערזי, אין באגלייטונג פון א ריזיגן ציבור, וואו עס איז דערביי פארגעקומען דער מעמד 'הגלה נא' אויסצובעטן שידוכים פאר עלטערע בחורים, דער רבי האט לענגערע שעות מתפלל געווען אויפ'ן ציון און האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברות קודש וואו ער האט איינגעריסן בבכיות נוראות אויף ישועות ורפואות, ובפרט בעניני זיוויגים וואס דער בעל ההילולא האט כידוע אין דעם געפו'עלט גרויסע ישועות, דערנאך איז דער גאנצער צבור אריבער מיט קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים.



Comments


bottom of page