דינסטאג פ' ויקהל • כ"ה אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: שלומי טריכטר
דעם פארלאפענעם וואך ווי נאר עס איז פארעפנטליכט געווארן דער אורטייל פונעם ציוניסטישן בג"ץ איבער דעם גזירת גיוס בני הישיבות, איז העסקן הרב ר' שמעון שישא הי"ו יו"ר 'מרכז עזרה וייעוץ', ארויף למעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל 'תשובות והנהגות', זיך דורכצושמועסן מיטן גאון שליט"א איבער'ן צורך השעה. דער פוסק הדור שליט"א האט געלאזט הערן גאר שארפע ווערטער דברים כדרבונות וואס דארפן ארויסגעגעבן ווערן, זאגנדיג: "מיר טארן מיט זיי נישט אריינגיין אין וויכוחים און זיי בכלל ענטפערן, מיר דארפן אויסשרייען פאר די וועלט אז חרדי'שע אידן וועלן זיך נישט שטעלן צום מיליטער דינסט, ווייל דאס האבן אונזערע רבנים אונז באפוילן. סיי די פריערדיגע גדולי ישראל וואס זענען שוין בעלמא דקשוט און סיי די היינטיגע גדולי ישראל, איבער'ן חומר האיסור צו דינען אין זייער טמא'נער מיליטער. מיר וועלן נישט אננעמען קיין שום פשרה פון נפש תחת נפש חס ושלום, און מיר זענען גרייט אויף מסירות נפש ממש".
פון דארט איז ר' שמעון הי"ו ארויף צום לשכת הבד"ץ העדה החרדית, און איבערגעגעבן פאר די חברי הבד"ץ די פונקטליכע דעטאלן פונעם העכסטן געריכט, און זיי איבערגעזאגט די שארפע ווערטער פונעם פוסק הדור שליט"א. די שרי התורה האבן אויך ארויסגעברענגט זייער מיינונג און זייער גרויסער ציטער פאר די פשרות, און האבן באפוילן ַארויסצוגעבן און פארשפרייטן פאר די וועלט אז זיי וועלן מאכן א רעש און אויפרודערן די גאנצע אידישע וועלט און נישט מוותר זיין אויף קיין איין נפש מישראל אז ער זאל חלילה אריינפאלן אין זייער נעץ.
Comments