מיטוואך פ' ויקרא • י' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
אריבער טויזענט בחורי חסידי וויזניץ האבן זיך נעכטן אויפדערנאכט צוזאמגענומען כאיש אחד בלב אחד לשמוע את דבר השם, ביים געהויבענעם כינוס בחור כארזים, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, זיך צו מחזק זיין און נתעורר ווערן בעניני טעכנעלאגיע.
ביי די גרויסע מעמד וואס איז פארגעקומען אין די ריזן אודיטוריום אין שטאט אלעד, האבן זיך באטייליגט אלע בחורי הישיבות דחסידי ויזניץ בארץ הקודש, די ישיבות קטנות און ישיבות גדולות, צעירי ויזניץ און בחורי החסידות, נאכפאלגענדיג געהויבענע טעג פון הכנה דרבה וואס האט זיך געשפירט אין די לופט אין די היכלי הישיבות.
ביים מעמד האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים מאיר גרינבוים שליט"א רב חסידי ויזניץ אין חיפה, און דערנאך האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, וועלכער האט דערציילט מאוצרו הטוב איבער די געוואלדיגע מלחמה פון אביו הגדול הרה"ק מסקולען זי"ע אינאיינעם מיט אלע צדיקי הדור זיך צו שלאגן קעגן דעם טעכנעלאגישן שטן.
דאן האט מען מקבל געווען את פני הקודש ווען מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז ערשינען אין זאל, דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און פארגעלייגט די תקנות וואס ווערט פארלאנגט פון יעדן וויזניצער בחור, דערביי האט דער רבי אויפגעפלאמט די יונגע הערצער זיך צוצושטעלן צו די תקנות און שטיין על המשמר אין יעדע צייט.
דערנאך האט דער משמש בקודש הרב שאול גרינבערגער אויפגעטרעטן מיט די החלטת הכינוס, און דאן זענען אלע בחורים אריבער ביים רבי'ן איבערגעבן די שטרי קבלה, ווען דער רבי וואונטשט יעדן פערזענליך במאור פנים.
די כינוס האט זיך געשלאסן מיט א אויסטערלישע התעוררות, ווען פילע בחורים האבן אויפן פלאץ צובראכן נישט כשר'ע עם פי טרי פלעיערס און דאס גלייכן, וועלנדיג אריינגיין בלגיונו של מלך.
Comments