דאנערשטאג פ' בא • ח' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
א געפיל פון שמחת התורה הערשט די טעג צווישן חסידי סאטמאר אומעטום, ובפרט צווישן חסידי סאטמאר תושבי עיה"ת לעיקוואוד און צווישן חסידי סאטמאר תושבי בארא פארק, וואס האלטן מיט מיט פרייד דעם הרחבת גבולי הקדושה, ווען אין די טעג גייען שוין אן די הכנות מרחיב צו זיין די גבולי התורה, מיטן התייסדות פון דעם פרישן מקום תורה, די נייע סאטמארער ישיבה קטנה "ישיבת ברך משה" וואס וועט אי"ה אנגיין אין לעיקוואוד, אלס איינס פון די אפטיילונגען פונעם נעץ פון די סאטמארער ישיבות אין בארא פארק, וואו די בחורים וועלן האבן די געלעגענהייט צו שטייגן דרגות רמות אין אלע ענינים.
פארלאפענעם חודש חשון העעל"ט ביים באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין לעיקוואוד, לרגל דעם חנוכת הבית פונעם נייעם סאטמארער ביהמ"ד, האט דער רבי שליט"א בין הדברים איבערגעגעבן פאר'ן ציבור, די בשורה מרנינה איבער דעם התחדשות פון די סאטמארער מוסדות אין די שטאט, ומפה לאוזן האט זיך פארשפרייט די בשורה מרנינה, איבער די גרויסע פלענער פון די הנהלת הקהלה בפקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א, אנצוהייבן דארט אין לעיקוואוד מיטן התייסדות פון די נייע "סאטמארער ישיבה קטנה" פאר בחורים, תלמידים תושבי העיר און פאר בחורים פון אנדערע מקומות וואס וועלן גולה זיין למקום תורה אהין קיין לעיקוואוד. מחיל אל חיל האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן פאר'ן ציבור די ווייטערדיגע פלענער פון די נייע ישיבה קטנה אין לעיקוואוד, ביים יערליכער דינער לטובת די סאטמארער מוסדות אין בארא פארק, ביי וועלכן דער רבי שליט"א בין הדברים איבערגעגעבן פאר'ן ציבור די בשורה מרנינה, אז אין צוגאב צו די צוויי סאטמארער ישיבות קטנות וואס גייען שוין אן אין די שטאט בארא פארק, ביידע נודעים לשם ולתפארת מיט די שטארקע הצלחה אויף טריט און שריט, ווערט געעפענט די דריטע ישיבה קטנה, ספעציעל פאר די בחורים תלמידי המוסדות וואס נפשם חשקה אוועקצופארן פון די אייגענע היים, זיך צו געפונען א גאנצן טאג און א גאנצע וואך בין כותלי הישיבה, אן צו דארפן איבעררייסן די טעג מיטן אהיימקומען ביינאכט צום עסן און שלאפן.
דער רבי שליט"א האט דערביי איבערגעגעבן פאר'ן ציבור איבער דעם התייסדות פון די ישיבה אין די שטאט לעיקוואוד, וואס וועט דינען אלס דריטער אפטיילונג פון די בארא פארק-סאטמארער ישיבה קטנה, צוגעשטעלט מיט אש"ל מלא פאר די בחורים מחוץ לעיר, אלעס געפירט אונטער די הדרכה פונעם ראש הישיבה וואס ווערט נתמנה אויף די ישיבה, הגה"צ רבי אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ סאטמאר-לעיקוואוד, וואס איז שוין לאנגע יארן פקיע שמי' מיט די געוואלדיגע כחות מרביץ תורה צו זיין און מעמיד צו זיין תלמידים הגונים וישרים.
אין די לעצטע וואכן און חדשים, האבן די עסקנים פון די סאטמארער קהלה אין לעיקוואוד, צוזאמען מיט די געטרייע חברי הנהלה פון די סאטמארער מוסדות אין בארא פארק, אַַריינגעלייגט כוחות, אהערצושטעלן דעם פרישן מקום תורה, וחפץ ה' בידם הצליח צו טרעפן א גאר צוגעפאסטן בנין הארט נעבן דעם בנין פון די סאטמארער קהלה אין די שטאט, וואו די ישיבה וועט אי"ה האבן איר אייגענעם אכסניא של תורה, צוגעשטעלט מיט אלע צוגעהערן. נאכ'ן מקבל זיין עצה וברכה פון רבי'ן שליט"א איז באשטימט געווארן אז די ישיבה וועט אי"ה טראגן דעם נאמען "ישיבה קטנה ברך משה דסאטמאר" על שמו ולזכרו פון הרה''ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, און די הנהלה לייגט אין די טעג שוין אריין ווייטערדיגע כחות מסדר צו זיין אלע פרטים פון דעם נייעם מקום תורה וואס שטעלט זיך אהער לשם ולתפארת.
די "הרשמה" צו די נייע סאטמארער ישיבה אין לעיקוואוד
Comments