top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעכטיגע געהויבענע טעג ביי 'מסע התרוממות' פון ק"ק סאטמאר מאנסי בראשות גאב"ד סאטמאר מאנסי

מיטוואך פ' ויקהל • כ"ו אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


הונדערטער חסידי סאטמאר פון מאנסי האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן א גייסטרייכע מסע התרוממות ביי די קברי צדיקים אין פוילין, בראשות כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, וועלכער איז ארויסגעפארן אויף א ערשטמאליגע פארנעם אינאיינעם מיט די חסידים און חברי הקהילה.


פארלאפענעם מיטוואך מיטאג האט די ספעציעלע טשארטער פליגער געלאנדעט אין די ווארשא לופטפעלד, צוערשט איז מען געפארן קיין ראדאמסק, אויף א תפילת רבים ביים ציון הק' פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע, נאכן עלי' לציון איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, און דערנאך האט מען פארגעזעצט די נסיעה צום שטאט קראקא, וואו מען האט זיך איינקוואטירט אין די ספעציעל געדונגענע האטעל פאר די דאזיגע נסיעה.


דאנערשטאג אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית אין די היסטארישע און נאסטאלגישע בית הכנסת פונעם הייליגן רמ"א אין שטאט קראקא, כנהוג דארט אין שוהל האט מען געדאווענט נוסח אשכנז, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסע מסיבת לחיים אין חצר פון בית הכנסת, וואו דער רב האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש דברי הכנה איידערן פוקד זיין די ציונים הקדושים אויף ביידע בתי חיים אין שטאט קראקא, דערביי האט דער רב שטארק מעורר געווען דעם ציבור זיך פארצונעמען נישט צו רעדן ביים דאווענען, שטייענדיג געציילטע מינוטן איידער מען גייט פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן תוספות יום טוב זי"ע, אויך דער רב זעלבסט האט אונטערגעשריבן א שטר קבלה נישט צו רעדן ביים דאווענען זיך צו כולל זיין בתוך כל הקהל הקודש.


דערנאך האט מען מיט גרויס התעוררות פוקד געווען די קברי צדיקים און געזאגט פרקי תהלים בהתעוררות רב, ביים ציון הק' פונעם הייליגן תוספות יום טוב האט דער רב בקול רם אדיר וחזק פארגעזאגט די מי שברך פונעם הייליגן תוספות יום טוב פאר אלע וואס רעדן נישט ביים דאווענען, ויענו כל העם יחדו אמן ואמן.


דערנאך איז מען געפארן קיין רימנוב, וואו מען האט צוערשט געדאווענט מנחה אין די נייע בנין הכנסת אורחים אשל רימנוב, דערנאך איז מען ארויף צום ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' מענדעלע פון רימנוב, וואו דער רב האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש און געפאדערט פונעם ציבור צו איינרייסן וועלטן לביטול רוע הגזירה וואס הויערט אויף די חינוך הטהור אין אמעריקע, און די שווערע גזירה פון גיוס בני הישיבות בארץ הקודש וואס האט זיך פריש אויפגעוועקט אין די יעצטיגע טעג.


פון דארט איז מען געגאנגען צום ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' הערש מרימנוב, און געזינגען די ניגוני קודש וואס זענען מיוחס צום הייליגן צדיק, בעת וואס די גאנצע ציבור גייט אריבער בפני הקודש איבערגעבן קוויטלעך.


דערנאך איז מען געפארן קיין דינוב און מתפלל געווען ביים ציון הק' פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע, און דערנאך האט מען זיך געוואשן צו א רייכע סעודת הילולא לרגל די יארצייט פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק, וואס איז פארגעקומען אין די בנין פון הכנסת אורחים אין דינוב פוילין. ביים סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ישעי' טירנויער אב"ד זכרון יהודה ומרבני הקהילה, און דערנאך האט דער רב שליט"א געזאגט אז ער האט אצינד א וויכטיגע צדקה צוועק צו העלפן א חתן א אייניקל פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך, צו דעקן די הוצאות החתונה, און אויפן פלאץ איז אריינגעקומען די ריזן סכום פון זיבעציג טויזענט דאללער.


ארום צוועלף אזייגער כחצות הלילה איז מען אנגעקומען צום עיר הקודש ליזענסק, וואו עס איז קודם פארגעקומען א מעמד הכנה און מען האט געהערט פייערדיגע ווערטער פונעם רב שליט"א, צוליב די ריזן ציבור המתפללים, איז מען געבליבן אינעם שאטער זאגן תהלים, בהתעוררות רב האט מען אויסגעזאגט גאנץ תהלים מיט בכיות, און ביי די לעצטע קאפיטלעך איז מען אריין אינעם אוהל הק' און דארט צוגעענדיגט מיט הייסע תפילות.


עס איז שוין געווען פרי פארטאגס ווען דער ציבור האט זיך צוריקגעקערט צום האטעל אין קראקא, און זיך אנגעהויבן גרייטן אויף שבת.


מוצאי שבת צום הויעכפונקט פונעם נסיעה הרוממה איז מען ארויסגעפארן קיין צאנז וואו מען האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם הייליגן 'דברי חיים' זי''ע, די רב שליט"א האט דארט אריינגעריסן וועלטן אין גענימען קוויטלעך פונעם ציבור א לענגערע צייט.























































































Commentaires


bottom of page