דאנערשטאג פ' בא • ח' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יואב לוי
היינט ליל שישי איז פארגעקומען אין ירושלים א שיינעם מסיבת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא לכבודו פון הרה''ח ר' לייבל פיזענצעוובסקי משמש בקודש ביי כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א לרגל השמחה במעונו. די שמחה איז געּפראוועט געווָארן אין די בית ישראל זאלן אין שפיץ פון כ''ק האדמו''ר מגורשליט''א וועלכע האט באשיינט בראש השמחה מיט די בני משּפחת המלוכה קינדער און איידימער פון רבי'ן שליט"א, צוזאמען מיט די געלַאדענטע אורחים, די חשובי ופני העדה נגידים וחברי הנהלת המוסדות.
די רבי שליט''א האט געטריקנען לחיים אין פארטיילט פון די מזונות אין וויין פאר אלע משתתפים, אין באזונדער פאר די געסט פון אויסלאנד וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן צו די שמחה. מען האט געזינגען א ניגון שמחה אין די רבי האט אנגעוואונטשן די חתן אין מחותנים אין דער בעל אכסניא פון די שמחה הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער.
Comments