דינסטאג פ' שמיני • כ"ג אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם פארלאפענעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק וואו די רבי שליט"א האט מתפלל געוועהן ביים ציון פונעם זיידן הנגיד החסיד ר' חיים משה פעלדמאן ע"ה אינאיינעם מיט די קרובי המשפחה, לרגל די צווייטער יארצייט וואס איז אויסגעפאלן דעם שבת כ' אדר.
נאכן עלייה לציון האט די רבי פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם הרה"ק בעל 'ישועות משה' מוויז'ניץ זי''ע וועמענס יארצייט איז אויך אויסגעפאלן שבת כ' אדר, אין מתפלל געוועהן א תפילה חרישת ביי די ציונים הק' פון צדיקי בית וויז'ניץ אינעם אהל.
Comments