דאנערשטאג פ' בא • ח' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי וויז'ניץ אין ניו יארק פיבערן מיט רגשי התעלות, ווען עס איז היינט אנגעקומען די בשורה משמחת אז מורם ורבם מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגן וואך פ' יתרו הבעל"ט א נסיעה קיין אמעריקא, אויפצוטרייבן שטיצע אין אפנעמען די תרומות הקודש פון די חסידים מעבר לים צו קענען דעקן די גרויסע חובות וואס זענען געבליבן פונעם אויפבוי פונעם גרויסן ביהמ''ד הגדול און דערביי אויך מחזק זיין קהל עדת צאן מרעיתו אין ניו יארק.
די נסיעה פון רבי'ן שליט"א - וואס וועט אנהאלטן גאנצע צען טעג - וועט זיך אנהייבן דעם קומענדיגן זינטאג פרשת יתרו, ווען דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל, אויפ'ן וועג קיין אמעריקא. דורכאויס'ן באזוך פון רבי'ן שליט"א וועלן אפּגעהאלטן ווערן עטליכע באזונדערע ענגע באנקעטן פאר די נדיבים וועלכע שליסן זיך אן מיט גרעסערע סכומים, אין עס וועלן זיין באזונדערע זמני כניסה אריינצוקומען איבערגעבן די נדדים ונדבות, וואס איז אצינד משאת נפשו פון רבי׳ן שליט"א, צו ערמעגליכן אראפצונעמען דעם עול וואס ליגט אויפן רבי'ן.
Comments