top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פון טאהש קיין ניו יארק • קייט פון שמחה וחדווה דורכאויס שבעת ימי המשתה בחצר הקודש טאהש

זונטאג פ' יתרו • י"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בשמחה וחדווה האבן טאהשער חסידים מיטגעהאלטן די שבעת ימי המשתה די ימי השמחה בחצר הקודש טאהש לרגל שמחת נישואי בתו הכלה פון כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א, די חתונה ליל שישי האט נאכגעפלאגט מיטן געהויבענעם שבת שבע ברכות אין קריה נאמנה קרית טאהש, ווען הונדערטער געסט זענען פארבליבן צו וויילן די שבת של שמחה בצל הקודש, פרייטאג צונאכטס ביים טיש האט די רבי שליט''א געטאנצן מצוה טאנץ כנהוג אין שבת צופרי נאכן דאווענען האט די רבי געגעסן די סעודת שבת אינאיינעם מיט די געסט ביים שבת שבע ברכות אין די זאלן פון בית צירל.


מוצש"ק איז פארגעקומען א הערליכע סעודת שבע ברכות, אינאיינעם מיט אלע תלמידי הישיבות הקדושות, ישיבה קטנה ישיבה גדולה אין קרית טאהש, און ישיבת תפארת משולם פייש פון ניו יארק, די שמחה איז פארגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול, וואו די בחורים האבן איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פון פירות, ווי עס איז געשטאנען די סך הכל פון די שעות רצופות וואס די תלמידי הישיבות האבן געלערנט לקראת די ימי השמחה הגדולה.


זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת לחיים לכבוד די שמחה, בהיכל ביהמ"ד הגדול, ספעציעל פאר די ילדי תשב"ר פון תלמוד תורה בית יודא אין קרית טאהש, וואו די קינדער האבן אינאיינעם געזינגען שיינע חרוזים לכבוד די שמחה, און די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש.


זונטאג נאכט איז פארגעקומען א ספעציעלע שבע ברכות פאר אלע כלי קודש, אין די זאלן פון בית צירל, מאנטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א הערליכע שבע ברכות מיוחד פאר אברכי הכוללים אין קרית טאהש, עס איז פארגעקומען בהיכל הכוללים. אויפדערנאכט איז פארגעקומען א ספעציעלע שבע ברכות מיוחד פאר חשובי פני העדה און די עסקני הקהילה, עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית צירל.


דינסטאג אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך די רבי שליט"א אין די פמליא ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ניו יארק, צו פראווענען די לעצטע שבע ברכות'ן במעון קדשו. ביינאכט איז פארגעקומען די שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהילות מילדוי, ווי עס האבן זיך אויך אנגעזעהן א שיינעם ציבור תלמידי וחסידי טאהש וועלכע האבן נישט מצליח געווען אנצוקומען צום חתונה. ביים שבע ברכות האט זיך משתתף געוועהן די פעטער כ"ק אדמו"ר מ'פאפא שליט"א.


מיטוואך אינדערפרי האט די רבי שליט"א געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין וויליאמסבורג. ביינאכט איז פארגעקומען די שבע ברכות בהיכל ישיבת פאפא לכבודו פונעם מחותן אבי החתן וועלכע דינט אלס מגיד שיעור אין די ישיבה. במשכ'ן סעודה האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די תלמידי הישיבה, אזוי אויך איז געהערט געווארן דרשות דורך די מנהלי און מגידי שיעורים בישיבת פאפא, און עס איז אויך געהערט געווארן שיינע חרוזים דורך די בחורים.


דאנערשטאג אינדערפרי נאכן דאווענען אין טאהשער ביהמ''ד אין וויליאמסבורג האט מען זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די קהילה. שפעטער נאכמיטאג האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועגן אהיים למעון קדשו אין קרית טאהש.








































































תגובות


bottom of page