דינסטאג פ' משפטים • כ"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
״שבת קודש נפשות ישראל בצל כנפיך יחסיון, ירוויון מדשן ביתך״, אָט די ליכטיגע געפילן, די געהויבענע רגשי לבבות, קאָכן זיך נאָך אין די הערצער פון די הונדערטער אידן, דורשי ומבקשי ה׳, וועלכע זענען געקומען צו פאָרן פון איבער דער וועלט און די זכי׳ געהאט מיטצולעבן אַ לעכטיגן שבת נועם הנשמות ״שבת פּרנסה״, שבת בשלח-שירה, אין דעם הייליגן מקום אדמת קודש, בצל הקודש פון צדיק יסוד העולם ופּלא הדורות הרה״ק רבי ישעי׳לע מ׳קערעסטיר זי״ע, להתעדן באהבתיך וביראתיך!
דער געהויבענער ״שבת פּרנסה״ אין קערעסטיר, וואָס איז מדי שנה בשנה פון די סאַמע גרעסטע הויכפּונקטן אין יאָר בצל הצדיק, האָט היי-יאר געטראגן א מיוחד׳דיגן זעלטענעם כאראקטער, ווען מ׳האט בהאי שעתא זוכה געווען צו אָפּרעכטן דעם שבת אינאיינעם מיט׳ן גרויסן משפּיע ומלהיב לבבות ישראל, אויף דעם הייליגן מקום וואו דער צדיק אמת האָט אָפּגעפּראַוועט זיינע תפלות קדושות און למעלה מדרך הטבע׳דיגע עבודה בינו לבין קונו און דאָרט גע׳פּועל׳ט ישועות ונחמות פאַר אידישע קינדער, וקדושה ראשונה קדשה לשעתה וקדשה לעתיד לבוא. אין אָט דעם שבת המרומם האָבן די שובתי השב״ק, אידן פון איבער דער וועלט, חסידים בעלי בתים, אברכים מבקשים, אידן נדיבים, אידן תלמידי חכמים, פון אַלע שיכטן ביי כלל ישראל, פון אַלע עקן וועלט, די זכי׳ געהאַט זיך מתדבק צו זיין באורו פונעם צדיק אמת, און די אַלע משתתפים האָבן געשעפּט הויפנס השפּעות טובות, פּרנסה בריוח און ביזת הים, בזכותו פונעם צדיק וואָס נשמתו הטהורה איז שוכן בבית הזה.
חסידים הראשונים מספּרים, די געהויבענע אייניקלעך און חסידים פונעם אַלטן דור וואָס האָבן נאָך זוכה געווען צו געדענקען די ימים מקדם פלעגן דערציילן, ווי אינדערהיים בימיו פונעם צדיק יסוד העולם רבי ישעי׳לע זי״ע פלעגט דער העכסטער און גרעסטער שבת פונעם יאָר זיין ״שבת שירה - שבת פּרנסה״, שבת בשלח, וואָס דאַן פלעגט זיין דער גרעסטער צוזאמענפאָר פון תלמידים וחסידים וועלכע זענען געקומען צו פאָרן פון איבער דער וועלט צום צדיק אין קערעסטיר.
ווי דעמאלט אזוי היינט איז אין די לעצטערע יאָרן פאַרוואַנדעלט געוואָרן דער ״שבת פּרנסה״ אַלס אַ קלימאַקס-שבת פונעם יאָר, ווען אידן פון איבער דער וועלט קומען צו פאָרן, חסידים ואנשי מעשה, לחסות בצל הקודש, און ווי חז״ל זאָגן ״גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם״ זוכן אידן אַריינצוכאַפּן זיך צו געפינען אין דעם געהויבענעם זמן פון שירה וואָס איז מסוגל אויף פּרנסה בחצר הקודש פונעם צדיק הדורות וואָס זיין הימלישע עבודה איז דאָך געווען להשפּיע אך טוב וחסד אויף אידישע קינדער ״לשובע ולא לרזון״.
אַנדערש ווי בעבר וואָס דער שבת איז געווען הויפּטזעכליך מיוחד פאַר נגידים ונדיבים, האָבן די ראשי קערעסטיר היי-יאָר געעפנט דעם ״שבת פּרנסה״ פאר אידן פון אומעטום! פאַר בעלי בתים, יונגעלייט, דורשי ומבקשי ה׳, פון אַמעריקע, פון אייראָפּע, פון אומעטום, וועלכע ווילן זיך אויפפלאַמען בקדושת השבת, זיך מתענג זיין על ה׳, שעפּן ברכות והשפּעות, און אַהיימנעמען הויפנס פּרנסה וישועות ביים מקור השפע, ויברכוני בבואם לביתי ביום קדשינו.
די ראשי קערעסטיר, די געהויבענע אייניקלעך ממשיכי דרך הצדיק וועלכע שטייען בראש פון דעם הייליגן הויז און דעם ציון הקדוש, הכנסת אורחים ד׳קערעסטיר און דעם ציון הקדוש פונעם צדיק, אין שפיץ פון הגה''צ רבי ישעי' רובין אב''ד קערעסטיר - האָבן אַריינגעלייגט כוחות עצומות אַהערצושטעלן און אָרגאַניזירן דעם שבת קודש אויפ׳ן שענסטן אופן וואָס נאָר שייך, ווען בראשות השבת קודש ווערט געלאַדענט דער פלאַמעדיגער מלהיב לבבות ישראל, המגיד העולמי, הגה״ח רבי יוסף חיים גרינוואַלד שליט״א, וואָס האָט דערהויבן דעם שבת צו די העכסטע ספערן. יעדער פון די הונדערטער געסט — וועלכע זענען געקומען פון אלע שיכטן און קרייזן — האָט באַוואונדערט ווי שיין, ווי געהויבן, ווי עלעגאַנט, ווי בכבוד׳דיג, ווי פּראכטפול די ראשי קערעסטיר האָבן צוגעשטעלט דעם ״שבת פּרנסה״ מבואו ועד צאתו. די טייערע אייניקלעך האָבן יעדן ריר אינזינען געהאַט, אַזוי מלכות׳דיג, אַזוי מאַיעסטעטיש, אַזוי הערליך, אַזוי געשמאַק, באַגלייט מיט אַזאַ רייכן פּראָגראַם, אַזוי אַז יעדע רגע האָט מען הנאה געהאַט, און געשעפּט אַ הנאה רוחני וגשמי גם יחד.
ווען אינדרויסן איז נאָך טונקל געווען, פרייטאָג פארטאגס, אין דעם התעוררות׳דיגן שעת רחמים ועת רצון בימי השובבי״ם, האָט אין הייליגן ציון געלויכטן און געברענט! דעמאָלט, אינעם הייליגן ליל שישי, איז פאָרגעקומען דער עלי׳ לציון הק׳ פון רבי ישעי׳לע זי״ע אין קערעסטיר, וואו מ׳איז אַרויף אינאיינעם דער גאנצער ציבור און אינאיינעם איינגעריסן מיט נחלי דמעות אויף ישועות ורפואות למען הכלל והפּרט.
ס׳האָבן זיך געגאָסן די טרערן אָן קיין אויפהער, ווען רבי יוסף חיים שליט״א האָט געריסן די הימלען, אַז אין זכות פונעם צדיק אמת וואס בחיים חיותו האט זיך דאָך דאָ געוואַלגערט ישועות לכל דורש ומבקש, זאָל מען נישט אַרויסגיין אָן אַהיימנעמען הייליגע ישועות פאַר שבורי לב אין דער גאַנצער וועלט!
די תפלות זענען אריבער אונטער אַן אויסערגעווענליכער התרוממות הנפש, מיט א פלאם-פייער, זייענדיג אַ באַזונדערע הרגשה אז מ׳האט לכבוד דעם שבת באוויזן — צום ערשטן מאל זייט די מלחמה — צו באַניצן דעם ״שטאָטישן ביהמ״ד״, וואָס שטייט שוין באַלד 100 יאָר פאַרוויסטעט, און יעצט לכבוד השבת האָט מען באַוויזן צו פּועל׳ן אַז מ׳זאָל עס קענען ניצן פאַר די הייליגע תפלות אינעם ״שבת פּרנסה״.
ומי יתנה יקר תפארת פון די סעודות שבת קודש, וואָס לאַנגע שעות איז מען געזעסן און פארברענגט בנועם קדושת השבת, בדברי תורה, זמירות, סיפורי צדיקים, ביז אין די שפּעטע נאַכט שעה׳ן, ווען מ׳האָט זיך אויפגעשטעלט ״טאַנצן די שירה״ ווי ליל שביעי של פּסח. די אייניקלעך פון הרה״ח רבי שלמה ענגל ז״ל, ממקורבי הצדיק, האָבן געגאָסן וואַסער כמנהגו בימי הייליגן רבי ישעי׳לע אינעם שבת שירה. זיי האָבן געהאַט די זכי׳ צום ״ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה״ ווען מ׳טוט אוודאי אָנשעפּן לעכטיגע השפּעות, שפע קודש, מיד ולדורות.
דער ״יושב ראש״ השבת קודש איז געווען דער וועלט-בארימטער ״ראש המדברים בכל מקום״ הרב ר׳ ישראל שטערן שליט״א, וועלכער האָט ״געגאָסן״ מיט פּערל-און-דיאַמאַנטן לענגאויס שבת קודש און ביי מלוה מלכה. דער נשמה׳דיגער משורר וחורז חרוזין בחסד עליון, הר״ר מרדכי דוד עסטרייכער הי״ו, האָט באַגלייט דעם שבת קודש בקולו הנעים, מלא חן, מלא הרגש, עפּעס מעין עולם הבא.
וביום השבת קודש זענען די תפלות צוגעגאַנגען מיט א פלאם-פייער, נשמת כל חי תברך את שמך, ובפרט ביי די אמירת שירה, ״אשירה לה׳ כי גאה גאה״, ״תביאמו ותטעמו בהר נחלתך מכון לשבתך״, ווען די פּסוקים פאסן זיך אזוי אריין צום לעכטיגן מציאות, לויבנדיג און דאנקענדיג דעם רבוש״ע אויף די נסים ונפלאות, מכון לשבתך, לשם ולתהלה.
דער קלימאַקס איז געווען בעת קריאת התורה, ווען די עליות — ובפרט די עלי׳ פון קריאת השירה — זענען ליציטירט געווארן פאר ערנסטע ציפערן, ווען אידן האבן זיך געלאזט קאסטן סכומים אדירים פאר׳ן אויפהאלט פון די ריזן אפּאראט וואס ווערט אָנגעפירט אָנצוהאַלטן דעם הייליגן דרך פון רבי ישעי׳לע זי״ע אַז אידן זאָלן קענען קומען אַגאַנץ יאָר געהאָלפן ווערן ביי זיין הייליגע קלאַמקע. והעולה על כולנה, ווער ס׳רעדט נאָר מיט איינעם פון די אידן וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שבת קודש, קענען זיי נישט אויפהערן רעדן פונעם ״לעכטיגן שלש סעודות״! די צוויי שטונדיגע התעוררות עצומה ביים הייליגן צדיק!
ווען ס׳איז געקומען צום עת רעוא דרעוין, ווען די בני היכלא דכסיפין האָבן זיך צונויפגעזאַמעלט אינעם הייליגן מקום, למחזי זיו דזעיר אנפין, ״צבי לחדא בהאי ועדא״ אין אזא מקום להבת שלהבת, און ווען מ׳האָט אינאיינעם אויסגעשריגן דעם ״לכן בכל לב ובכל נפש ובכל מאוד נמליכו ונייחדו״ נאָכגעפאָלגט פונעם פייערדיגן קבלת עול מלכות שים, האָט דאָס אָפּגעקלינגען אין דער גאנצער שטאָט קערעסטיר, וואָס באַלד יאָר זינט ידו פרש צר על כל מחמדי׳ וואַרט שוין די קרתא דשופריא אז מ׳זאל ווידעראמאל זוכה זיין צו הערן די הייליגע קלאנגען אויף דעם מקום קדוש ונורא!
דער גרויסער מלהיב רבי יוסף חיים שליט״א פלאַמט, ברענט און קאָכט, הייסע דברי כיבושין, באַגלייט מיט ניגוני התעוררות און אידישע הערצער פלאַקערן פון געגועין! באַלד צוויי שעה נאכ׳ן זמן האָט זיך פארצויגן דער פלאַמעדיגער שלש סעודות, וואס איז געפּראוועט געווארן בראשות דעם גרויסן מלהיב לבבות ישראל אין הייליגן רבי ישעי׳לעס שטוב, וואָס יעדעס שטיינדל דערינען איז דורכגעווייקט פון קדושה וטהרה למעלה מהשגת אנושי.
דער הויכפּונקט פונעם שבת קודש איז געקומען במוצאי יום גילה, ווען ס׳איז צוגעשטעלט געוואָרן א פּראכטפולע מלוה מלכה, וואָס כידוע איז דאָך מאז ומקדם די ״מלוה מלכה״ בצאת השבת געווען די קלימאקס עבודה אין קערעסטיר, ווען דער צדיק האט משפיע געווען כל מילי דמיטב און ס׳האבן זיך אויפגעפּראַלעט ברייט די שערי ישועות ושערי השפעות טובות.
מיט אַ פייערדיגע דרשה האט אויפגעטרעטן המשפיע הגה״ח רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט״א, וועלכער האָט געהאַלטן דעם עולם געשפּאַנט מיט גאָר הפלא׳דיגע געדאַנקען איבער דעם תוקף קדושת המקום, געפלאָכטן מיט סיפורים פונעם הייליגן צדיק, און אַרויסגעהויבן עוצם זכותם פון די אלע נדיבי הלב וועלכע לאָזן זיך קאָסטן אויפצובויען בית מדרשו של צדיק.
דאַן האָט מען מיט גרויס הנאה זיך צוגעהערט צו דעם באַריכט פונעם ענערגישן עומד בראש פון די אלע פּעולות האדירות חובקות זרועות עולם, נכד רבינו בנש״ק הרב מענדל רובין שליט״א, וועלכער האָט רעפערירט איבער די עסקנות ופּעולות אדירות חובקות זרועות עולם אָנצופירן דעם מעכטיגן אפּאראט אין רבי ישעי׳לעס הויז במשך דעם גאַנצן יאָר, און במיוחד די היסטאָרישע הרחבת גבולי הקדושה אונטערנעמונגען וואָס ציען אַריין אין מיליאָנען דאָלאַרן. די הערצער האבן זיך געהויבן פאר פרייד הערנדיג דערביי לעבעדיגע באריכטן און ערשטהאנטיגע רעפעראטן איבער די מעכטיגע אונטערנעמונגען אין קערעסטיר וואָס מ׳גייט אי״ה בויען פרישע בנינים פאַר׳ן ציבור ביתר שאת וביתר עז.
צום שלוס האָט הגה״צ אב״ד קערעסטיר שליט״א אַרויסגעברענגט רגשי לבבו להאי יומא דקא גרים, זאָגנדיג אז מ׳זעט דאך קלאר אין די אלע יארן, זינט מ׳האט צוריק אויפגעפרישט די אלע פּעולות און קערעסטיר איז ב״ה אויסגעשטיגן אלס תל תלפּיות פאר גאנץ כלל ישראל, ווי עס גיסן זיך די ישועות למעלה מדרך הטבע פאר יעדן איינעם וואס רירט נאר צו די קלאמקע פונעם צדיק, און ס׳איז קלאָר אַז די אַלע אידן די נדיבי הלב וועלכע העלפן אַרויס צו דער הייליגער אונטערנעמונג וועלן זוכה זיין צו ישועות ורפואות שלא כדרך הטבע.
אַ ״שבת פּרנסה״ שאין לשכוח! די הערצער פלאַמען פון בענקשאַפט!
נאָכ׳ן טיילן ״צוקער״ אין כוס של ברכה האָט זיך דער ציבור צעשפּרייט פון דעם לעכטיגן שבת, אָנגעזאַפּט מיט התרוממות, אנגעהויפנט מיט השפּעות, מיט אזעלכע געהויבענע זכרונות, און ועל כולם מיט אויפגעהייטערטע שמחה׳דיגע געפילן, אז מ׳האט זוכה געווען עין בעין מיטצוהאלטן און מיטלעבן דעם ״שבת פרנסה״ אין דעם ביתו של צדיק!
יעדער איד וואָס איז געווען ביי דעם ״שבת פּרנסה״ קען גאָרנישט גענוג רעדן און גענוג דערציילן! די מחשבות קאָכן נאָך, די השפּעות שפּירן זיך אין די ביינער, און די הערצער קאָכן פון בענקשאַפט! ס׳איז געווען באמת ״מעין עולם הבא יום שבת מנוחה״, שבת פּרנסה ביי רבי ישעי׳לע, א שטיק געהויבנקייט, אַן איבערלעבעניש איינס אין דער וועלט, וואָס פאַרבלייבט נחקק אין האַרץ און אין מח!
אידישע קינדער אַלוועטליך, וואָס עיניהם נשואות קיין קערעסטיר אגאנץ יאר, קוקן אַרויס מיט האָפענונג אַז די אַלע אידן וואָס האָבן די זכי׳ געהאט צו וויילן שבת פּרנסה ביים צדיק אין קערעסטיר האבן אויסגעבעטן כל מילי דמיטב עליהם ועל כל ישראל, און מ׳בעט אַ הייסע תפלה אז כוחו וזכותו פונעם צדיק אמת זאָל ווייטער מגין זיין אַז מ׳זאָל קענען ווייטער ערפילן זיין הייליגן רצון, ובזכותו הגדול זאָל נשפּע ווערן אַלע ליכטיגע השפּעות טובות פאר גאנץ כלל ישראל אמן.
לְהַשְׁקוֹת צְמֵאֵי חַסְדֶּךָ, בְּתִפְאֶרֶת הַמְפָאֲרִים אוֹתְךָ עַל יְדֵי שַׁבַּת קָדְשֶׁךָ!
Comentarios