זונטאג פ' פנחס • ט"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט פריידיגע געפילן און עקסטאז האבן טאלנא חסידים - דעם שבת קודש פרשת בלק אין א מזל'דיגע שעה באנייעט דעם פראכטפולן בנין בית המדרש הגדול דחסידי טאלנא אין שטאט אשדוד דערגרייכנדיג די לעצטע שטאפלען פון דעם בוי פראיעקט פונעם בית גדול וקדוש, נאך לענגערע יארן ארויסקוקן, און באגלייטן די העפטיגע בוי-ארבעט.
דעם שבת קודש איז צום ערשטן מאל פארגעקומען די תפילות אינעם היכל הבית מדרש, די טישן און אזוי אויך די תפילות אינדערוואכן וועלן מאמענטאל פארקומען אינעם אלטן בית מדרש ביז ווען מען וועט בסייעתא דשמיא פולקאם פארענדיגן דעם בנין צום מעמד חנוכת הבית דעם קומענדיגן חודש תשרי תשפ"ה.
צו דעם פריידיגן אממענט האט כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א באשטימט א מעמד קידוש בית המדרש און א סדר לימוד רבתי, ווי די חסידי האבן זיך צוזאמגענימען ערב שבת אויף א סדר לימוד שעות רצופות צוויי שעה בעפאר מנחה, נאכגעפאלגט מיט די ערשטע תפילת מנחה און קבלת שבת ברוב עם מחנך צו זיין דעם נייעם בנין הגדול בתורה ותפילה. הארט בעפאר מנחה איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם נייעם בית המדרש, וואו די רבי שליט"א האט קובע געוועהן די מזוזה ברוב עם הדרת מלך.
אין אנדערע נייעס איז די רבי שליט"א די וואך אריבער צום נייעם ביהמ"ד אין באגלייטונג פונעם עסקן הרה"ח ר' שלום בער פישל הי"ו מראשי קהילה קדושה סקווירא און יושב ראש וועד קרן הבנין פונעם ביהמ''ד הגדול והחדש ד'שיכון סקווירא, ווי די רבי שליט"א האט איהם ארומגעוויזן אינעם נייעם ביהמ"ד ההולך ונבנה לשם ולתפארת.
Comments