top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חדוותא דאורייתא בחצר "תורת חכם" לרגל הוצאה לאור פון לאנג ערווארטעטע ספר בתורת הקבלה

דאנערשטאג פ' מצורע • י' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


א שיינעם מעמד לחיים איז נעכטן מיטוואך געפראוועט געווארן בהיכל קדשו פון הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם לרגל די ערשיינונג פון א ספר פון אחד מגדולי המקובלים פון די לעצטע דור, הרה”צ ר’ בנימין סינקובסקי זצ”ל וואס איז געווען די אחד מיוחד בחבורה אין די חבריא קדישא פון הרה”ק בעל הסולם זי”ע.


זייענדיג א דולה ומשקה מתורת רבו האבן די גדולי המקבלים ארויסגעקוקט צו זען מחידושיו הנפלאים על מכבש בדפוס,און אצינד איז צום ערשטן מאל אין לאנגע יארן ערשינען די קונטרס 'נשמת ישראל' לשמחת לב פילע לומדי תורת הנסתר העומדים בסוד ה'.


עס איז צוזאמגעקליבן און אויסגעארבעט געווארן דורך עטליכע חשובע אינגעלייט און ק"ק תורת חכם, און לכבוד המאורע איז נעכטן פארגעקומען א דערהויבענע מעמד אין ביהמ”ד תורת חכם אין ירושלים אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט”א אזוי אויך האט זיך באטייליגט דעם רבינס מחותן כ”ק אדמו”ר משלג שליט”א פון רחוב אבן עזרא א אייניקל וממשיך דרכו פון די בעל הסולם.


די רבי שליט”א האט מכבד געווען זיין חשובן מחותן צו אויפטרעטן מיט דברע ברכה לרגל המאורע, און דערנאך אליין משמיע געוועהן דברות קודש איבער די התפשטות אורה פונעם הייליגן דרך וואס די בעל השולם האט אויסגעטראטן פאר תלמידיו ההולכים לאורו, דערנאך האט מען פאר א לאנגע צייט געפראוועט בשיר ושמחה לכבוד התורה.













Comentários


bottom of page