דאנערשטאג פ' חיי שרה • כ"ה חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש
א מכתב הבהרה איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן בפקודת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מפאריסוב שליט''א, אונטערגעשריבן דורך דעם רבינס זוהן הרב אברהם ראבינאוויטש וואו ער שרייבט בשם זיין טאטע כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א להעמיד דברים על דיוקם איבער די שמועה וואס איז צושפרייט געווארן אין זיין נאמעןאיבער דער מקום הקבורה פון בנימין בן יעקב. אין די טעג בעפאר די הילולא פון רחל אמנו ווען מען האט נישט געקענט אנקומען צום קבר רחל לאור המצב בארצינו הקדושה איז ארומגעפארן א שמועה בשמו פון פאריסובער רבי שליט"א אז די ריכטיגע מקום הקבורה פום בנימין בן יעקב געפינט זיך נישט ווייט אוועק פון די מאה שערים געגענט, צווישן די גאסן פון רח'שטראוס אין ישעיהו. אצינד האט דער רבי שליט''א געהייסן איבערגעבן בשמו אז די שמועה איז נישט ריכטיג און ער האט קיינמאל געזאגט אז די קבר געפינט זיך אין דעם ארט.
Comments