top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקולען מאנסי וועט אפרייזן קיין אריזאנע מבקר חולה צו זיין ביי אחיו הגדול האד' מסקולען

מאנטאג פ' בא • ה' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסקולען מאנסי שליט''א אפגעפלויגן קיין טוסאן אריזאנע וואו די רבי שליט''א וועט מבקר חולה זיין ביי אחיו הגדול כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א לרפואה שלימה, נאך צוויי וואכן וואס די רבי שליט"א איז געווען שפיטאליזירט אינעם ווייטן טוסאן אריזאנע, צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס אויף די לונגען.


די סקולענער רבי פון מאנסי וועט זיך דארט אויפהאלטן אין טוסאן אויף עטליכע טעג בצל אחיו הגדול כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א, אין אויף שבת וועט זיך די רבי שליט''א צוריק קערן למעון קדשו אין מאנסי.

Comments


bottom of page