מאנטאג פ' משפטים • כ"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א גרויסער ציבור אידן, חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן מיטגעהאלטן די שמחת הבר מצוה פון א זוהן פון כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה ירושלים שליט''א, די שמחה איז פארגעקומען אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין חצר פונעם ביהמ''ד הגדול אויף רחוב שמואל הנביא וואו עס האבן מפאר געוועהן בראש השמחה די זיידע כ''ק האדמו''ר מבאסטאן שליט''א וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן צו די שמחה, כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה לאנדאן שליט''א וועלכע איז אויך געקומען צו פארן אין נאך פילע אדמור''ים ורבנים חשובים, צווישן זיי כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א, האדמו''ים ממכנובקא בעלזא, פינסק קארלין, קרעטשניף ירושלים, לויצק, נדבורנה ירושלים, סקולען ירושלים, טריסק, נדבורנה באניא, באסטאן, באסטאן ביתר, סטראפקוב, סטריקוב ירושלים. הרבנים הגאונים אב''ד טשארטקוב לאנדאן, הגאון רבי נפתלי נוסבוים ראש ישיבת חיי משה, המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן, הגאון רבי משה בראנדסדאררפער גאב"ד היכל הוראה, הגאון רבי מנחם מנדל פוקס רב קרית שומרי החומות רמות, הגאון רבי שלמה זלמן ווייס אב''ד שערי טוביה, הרב שמואל רבינוביץ רב הכותל, הרה"צ רבי יוסף ברייאר בנו הגדול פון כ''ק האדמו"ר מבאיאן בשליחות הקודש אין נאך פיל.
היינט אינדערפרי פארן דאווענען אין ביהמ"ד הגדול סאדיגורה ירושלים איז איז פארגעקומען די מעמד הנחת תפילין, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים נאכן דאווענען וואו עס האט זיך אויך משתתף געוועהן די זיידע כ"ק האדמו"ר מבאסטאן שליט"א.
שפעטער אין טאג איז פארגעקומען די סעודת בר מצוה אין די סאדיגורה תלמוד תורה אין ירושלים, וואו האד' מסאדיגורה ירושלים איז אריבערגעקומען אין תלמוד תורה אין זיך משתתף געוועהן ביי די סעודה מיט די חברי הכיתה פונעם בר מצוה בחור. נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אויף א תפילה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי אינאיינעם מיט בנו הבחור הבר מצוה.
Comments