פרייטאג פ' שופטים • ג' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין שיכון סקווירא איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן א גרויסן עצרת זיכרון והתעוררות לזכרו פונעם אומפארגעסליכן משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל וזקן רבני סקווירא, וועלכער איז אלע יארן געווען פון די יושבים ראשונה במלכות, און ברייט באקאנט מיט זיין זעלטענעם התבטלות כעבדא קמי מרי צו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כמים פנים אל פנים האט די רבי שליט"א שטענדיג ארויסגעוויזן אן אויסטערלישע הערצה און מכבד געוועהן דעם משגיח זצ"ל מיטן גרעסטן מאס כבוד.
דער עצרת התעוררות איז פארגעקומען אינעם ביהמ''ד הגדול אין שיכון סקווירא מיט די השתתפות פון הונדערטער חסידי סקווירא אין שפיץ פון הרבנים הגאונים הצדיקים בני כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א. עס האט אויפגעטערטן מיט דברי זיכרון בנו חביבו פונעם משגיח הגה''צ רבי אברהם יצחק וואלספאן אבד''ק אמונת ישראל מאנסי ומחשובי רבני סקווירא, און ער משא המעמד איז געהערט געווארן דורך הרה''ג רבי דוד ווייסבערגער ר''מ בישיבת אוהל תורה ומרבני קהילת סקווירא מאנסי. באותו מעמד האט מען אויך מסיים זיין ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך קהל עדת חסידי סקווירא אין לויף פון די ימי השלושים, לעילו נהשמתו פונעם משגיח.
コメント