top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל המורחבת: האד' מסאטמאר קובע געוועהן מזוזות ביי די נייע 'קרית יואל פלייש געשעפט'

מאנטאג פ' שמות • י"ג טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק ג.

 

דעם מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א מעמד קביעות מזוזה אינעם נייעם לאקאציע פון 'קרית יואל פלייש געשעפט' אויפן 208 בגלילות קרית יואל.


דער רבי האט ארומשפאצירט און באטראכט די גאנצע געשעפט מיט די פילע חומרות והידורים בכשרות הבשר אונטער די שטרענגע השגחה פון די סאטמארע מהודר'דיגע שחיטה, און דערביי געהערט א באריכט פונעם אייגנטומער הנגיד החסיד ר' מאיר הירש הי"ו מראשי הקהילה. דער רבי האט דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים, וואו האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.


דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו, און זיינע חשובע קינדער וועלכע פארפיגן אויף די פלייש געשעפטן צו סערווירן שלומי אמוני ישראל מדקדקים בכשרות. דער רבי האט דאן קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, און מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר אלע אנוועזנדע.
























Comments


bottom of page