top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יזכור אהבתו • יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל "אמרי חיים" זי"ע געפראוועט דורך נכדו מרן האד' מוויז'ניץ שליט"א

מיטוואך פ' מצורע • ט' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


די וואך אין טאג פטן ט' ניסן האבן אלפי חסידי וויז'ניץ אפגעצייכענט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'אמרי חיים' מוויז'ניץ זי"ע בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א.


נעכטן דינסטאג נאכט בליל ההילולא איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית המדרש הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב, נאך מעריב האט זיך דער רבי געוואשן צום שולחן הטהור און סעודת ההילולא במקהלות עם רב אין גרויסן בית המדרש, די רבי האט געמאכט די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי וויזניץ און משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, באגלייט מיט פילע סיפורים ועובדות פון הליכותיו בקודש, נאך די דברות קודש האט די רבי מכבד געווען די זקני וחשובי העדה צו דערציילן מעשיות פונעם גרויסן בעל הילולא, ספעציעל האט מען מיט דורשט געשלינגען די פערל רייד פונעם משמש בקודש הרה"ח רבי מנחם אליעזר מאזעס שליט"אוועלכער האט דערציילט אינטערסאנטע עובדות און שטריכן מחייו הנאדרים, דערנאך האט די רבי מכבד געווען בנו הגה"צ רבי יצחק ישעי' האגער אב"ד וויז'ניץ אשדוד פארציזינגען יזכור אהבתם.


ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, מעליץ אנטניא און פאשקאן, הגה"צ רבי משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים, און נאך פילע נכדי בעל ההילולא.


היינט בעצם יומא דהילולא איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול און יורד געווען לפני התיבה, נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד היום, וואו די רבי האט פארטיילט מזונות פאר די בני המשפחה, געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש און משמיע געוועהן קורצע דברות קודש.


שפעטער אין די פארמיטאג שעהן איז די רבי ארויף פוקד זיין דעם ציון המצוינת אינעם אוהל אדמור"י בית וויז'ניץ אויפן בית החיים אין בני ברק, אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים, דערנאך האט די רבי געליינט די קוויטלעך פון אלע צאצאים, אייניקלעך און איר אייניקלעך פונעם 'אמרי חיים' און ספעציעל די קוויטלעך פון די תורמי איגוד מוסדות וויז'ניץ און קופת להחזיקם ולהחיותם, דערנאך האט זיך די רבי משתטח געווען אויפן ציון הק' פאר א לענגערע וויילע אויסצובעטן ישועות און רפואות פארן כלל ופרט, ביים ארויסגיין האט די רבי מפריש געוועהן סכומים הגונים לצדקה פאר די קופה פון איגוד מוסדות וויז'ניץ און פון מוסדות 'מרכז חסידי וויז'ניץ' תחת נשיאותו פון אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.














Comments


bottom of page