top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טיפע רושם אויף תלמידי ישיבת 'שער המלך' נאך מעמד פתיחת הזמן בראשות האד' מתולדות צבי ספינקא

עודכן: 11 בדצמ׳ 2024

מאנטאג פ' וישלח • ח' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פארגאנגענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א אפגעהאלטן א שיינעם באזוך אין די בארימטער ישיבה גדולה 'שער המלך' אין בארא פארק וואו עס ווערן נתחנך הונדערטער בחורי חמד אונטער די השפעה פונעם ראש הישיבה רה''ג מאיר ישראל שפיטצער שליט"א מחשובי חסידי ספינקא, וועלכער האט מיט קורצע דברי ברכה מקבל פנים געוועהן דעם גרויסן גאסט און דאן מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א צו איבערגעבן א שמועס פאר די בחורים, דברי חיזוק, מוסר והתעוררות, זיך מחזק צו זיין בתורה ויראת שמים.


נאכן שיחות קודש וואס האט איבערגעלאזט אן אייביגע רושם אויף די בחורים, האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים, וואו ער האט געטרינקען לחיים, אנגעוואונטשן די ראש הישיבה און די מגידי שיעור און דערנאך פארטיילט מזונות פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע זענען דורך ביים רבי'ן שליט"א כבני מרון מקבל זיין ברכת קדשו.



Comments


bottom of page