זונטאג פ' קדושים • כ"ז ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם פארגאנגאנעם שבת פרשת טהרה איז הגאון הצדיק רבי ישכר דוב טויב אבד"ק קאלוב ווילימסבורג אפגעפלויגן קיין פראנקרייך צו באזוכן די ארטיגע קהילות ישיבת און מוסדות לחיזוק היהדות והדת.
דער קאלוב'ער רב שליט"א איז ארויסגעפלויגן בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א וועלכער איז פאר צענדליגע יארן ארומגעפארן מחזק זיין אידישקייט איבער די וועלט, און האט אין די יארן אויפגעטוהן גדולות ונצורות, בפרט אין פראנקרייך וואו די רבי שליט"א פלעג אסאך יאהרן ארומפארן צווישן די שטעט לחיזוק הדת.
דער רב שליט"א איז אנגעקומען מאנטאג מיטאג אין פראנקרייך, און באלד אנגעהויבן מיט די עבודת הקודש און איז ארומגעגאנגען מיט די עסקנים אין די ארטיגע קהילות מוסדות און ישיבות. עס האט זיך באלד געזעהן די גרויסע סייעתא דשמיא, אז אין די קורצע פאר טעג, איז אריינגעקומען עטליכע טויזענט קבלות טובות פון די אידן דארט.
איבערהויפט האט זיך אנגעזען דעם צמעון לדבר השם ווען דער לעצטער טאג פון די נסיעה דאנערשטאג איז דער רב שליט"א געשטאנען אויף די פיס איבער צעהן שעה אין איין צי, ווען עס איז א דורכגעגאנגען איבער פינעף הונדערט אידן מיט קבלת טובות, און דער רב שליט"א האט יעדן עקסטער געוואונטשן ברכות לרוב.
טראץ די פארנימענע ערבי פסחים טעג האט דער קאלובער רבי שליט"א געזעהן א נחיצות אין די יעצטיגע באזוך וואס ווי באקאנט בושעוועט יעצט די מלחמה אין ארץ ישראל, ווען גאר אסאך פון די ארטיגע יונגווארג זענען אפגעפלויגן קיין מדינת ישראל ארויסצוהעלפן אינעם מיליטער, וואס דאס ברענגט גרויסער חרבנות היל"ת. ווען דער רב שליט"א האט גערעדט צו די בחורים דברי חיזוק אין יהדות, זענען די דיבורים אריין אין די אידישע הערצער פון די בחורים, און ווי די עסקנים גיבן איבער, האבן איבער הונדערט פופציג בחורים אדאנק דעם מבטיח געווען נישט צו פארן קיין מדינת ישראל, נאר פארבלייבן אין די ישיבות אין פראנקרייך און אנגיין מיט די סדרי הלימודים.
ערב שב"ק איז דער רב שליט"א אנגעקומען קיין ניו יארק און איז אריין אל הקודש פנימה צום רבין שליט"א וואו דער רבי שליט"א האט בחולשת כוחותיו ארויסגעוויזן גרויס קורת רוח פון די הייליגע פעולות וואס דער רבי שליט"א האט איינגעפלאנצט און איז ווייטער ממשיך ביתר שאת וביתר עז.
Comments