דינסטאג פ' האזינו • כ"ח אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר
כמידי שנה בשנה איז פארלאפענעם מיטוואך אפגעראכטן געווארן די יערליכע דינער לטובת מוסדות דושינסקיא, כולם נקבצו ובאו, הונדערטער תלמידים חסידים ואנשי מעשה, האבן זיך צונויפגענימען ביים יערליכן צוזאמקום, און אין איינוועגס צולייגן א פלייצע ארויסצוהעלפן די מוסדות הקדושים וואס וואקסן און בליען לשם ולתפארת.
די גרויסארטיגע דינער האט געזאלט פארקומען אין א גרויסע זאל אין שטאט טבריה אבער צוליב די אנגעצויגענע מצב איז די מעמד אריבערגעפירט געווארן צו די גרויסע אודיטאריום אין אלעד, די בארימטע מלכות קאפעליע אין שפיץ פון די בעלי מנגנים ר' פנחס ביכלער און ר' זאנוויל וויינבערגער האבן מהנה געווען בשירה וזמרה, אויפן שולחן הכבוד האבן באשיינט די צענדליגע רבנים ודיינים דק"ק דושינסקיא ובראשם דער נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכער האט משמיע געווען די משא המעמד ודברות קודש פאר די חסידים.
ביי די מעמד איז פארטיילט געווארן פאר אלע משתתפים די נייע ספר 'אגרות מהרי"ץ' וועלכע אנטהאלט אין זיך אריבער 700 היסטארישע מכתבי קודש, קול קורא, חיזוק והדרכה במערכות ישראל, השקפה און הנהגת הציבור פון הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא גאב"ד ירושלים זצ"ל, וואס ווערט נתפרסם צום ערשטן מאל מתוך כתב יד קדשו, די ספר איז נארוואס ערשינען לאור עולם דורך מרכז מוסדות דושינסקיא און ברענגט אויף גרויס התרגשות ביי טויזנטער תלמידים וחסידים ההולכים לאורו הבהיר.
אלס יושב ראש האט אויפגעטרעטן דער טאלאנטפולער בעל דרשן און משמח אלקים ואנשים, הרב החסיד ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וועלכע האט געעפענט די מעמד בדברי פי חכם חן, דערנאך איז פארגעקומען א ספעציעלע פארגראם פון ניגוני ימים הנוראים מיט די בארימטע בעלי מנגנים וועלכע האבן מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט די סדר מלכיות זכרונות שופרות און אלע ניגונים וואס ווערן געזינגען בחצר הקודש ביי די תפילות און שולחנות הטהורים בירח האיתנים, באגלייט מיט קולו בקודש פונעם רבי'ן זצ"ל ביי די תפילות דורכאויס די ירח האיתנים, וואו מען האט זיך דערביי אנגעווארמט צו די הייליגע טעג הממשמשין ובאין.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה מקבל זיין את פני הקודש פונעם רבי'ן וועלכע האט משמיע געווען מדברות קדשו זייענדיג מעורר זכות אבותיו הק' מייסדי המוסדות, די רבי האט דערמאנט די שווערע לאגע אין וואס די הנהלת המוסדות געפינט זיך, און די פליכט וואס ליגט אויפן ציבור צו שטיין לימינם, אלס די ריכטיגע הכנה צום יום הדין, און אויך דערמאנט וואס עס פאדערט זיך פון יעדער יונגערמאן צו גיין נאך געלט און מזכה זיין עמך בית ישראל לטובת די מוסדות, און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב. צום שלוס זענען אלע תומכים דורך אל מול פני הקודש ערהאלטן א מתנת קודש א סעט מחזורים מבואר אויף די הייליגע טעג מיט א פערזענדליכע הקדשה בחתימת יד קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכע האט יעדער אנגעוונטשן במאור פניו ובברכות קדשו לרוב.
Comments