מאנטאג פ' מצורע • ז' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין די יעצטיגער טעג ווען אינעם מפעל החסד "לחמי מרדכי" גרייט מען זיך שוין פעסט צום יו"ט פסח, אויף די גרויסארטיגע חלוקות פאר פולע אלמנות אין יתומים אין בית שמש, איז פארגעקומען א דערהויבענדע חיזוק באזוך פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויז'ניץ שליט"א וועלכע האט זיך ארומגעקוקט אויף די פיבערהאפטיגע הכנות.
די רבי האט אויפן ארט באקומען א דעטאלירטע באריכט איבער די בעפארשטייענדע גרויסארטיגע פסח חלוקות און איבער די פארשידענע אקטיוויטעטן פאר עלנדע אינגעלייט און אלמנות, יתומים און יתומות תושבי בית שמש.
נאך א קורצע שפאציר ארום אין זעהנדיג די העפטיגע צוגרייטונגען האט די רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן די עסקנים פון די וואוילטעטיגע ארגענעזאציע, די רבי האט זיי מעודד געווען און מחזק געווען ווייטער אנצוגיין מיט די געוואלדיגע עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז.
אויך איז אין די טעג אריבערגעקומען אויף א באזוך אינעם מפעל החסד לחמי מרדכי, כ"ק האדמו"ר מקאליש שליט"א מחשובי האדמור"ים אין בית שמש וועלכער האט אויסגעדריקט זיין התפעלות על מה שעיניו ראו אין איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די עסקנים.
Comments