מאנטאג פ' קדושים • כ"ח ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
טראץ די לאנגיעריגע התנגדות פון כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א ארויסצופארן קיין חוץ לארץ אויף אפרוה, אלע יארן ווען די רבי שליט"א האט געדארפט ארויספארן אויף מנוחת הנפש, האט די רבי שליט"א געקליבן צו וויילן אין איינע פון די שטעטלעך ארום ארץ ישראל, איז אצינד באשטעטיגט געווארן אז מפאת ההכרח וועט די רבי שליט"א צום ערשטן מאל ארויספארן קיין שווייץ זיך אנצושעפן מיט פרישע כוחות, צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין אומאויפהערליכע עבודת הקודש.
היינט מאנטאג אויפדערנאכט וועט די רבי שליט"א ארויספארן קיין כפר חב"ד אויף ברכת אילנות בראש קהל חסידיו, און מארגן דינסטאג אינדערפרי וועט זיך די רבי שליט"א ארויספארן קיין דאוואס שווייץ, ווי די רבי שליט"א וועט די קומענדיגע צוויי וואכן און האבן די אכסניא אינעם בארימטן בית וועד לחכמים די קרעסטא האטעל אונטער די אייגנטומערשאפט פון משפ' האלפערט הנכבדה, וואו עס וועלן דארט אויך וויילן די קומענדיגע וואכן מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א און כ"ק האדמו"ר מטשערנאביל שליט''א.
Comments