מיטוואך פ' שמות • כ"ב טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
לקיים בנו חכמי ישראל
היינט אינדערפרי קומט פאר א גרויסע עצרת תפילה אין קהל אמונת ישראל אין בארא פארק, צו מתפלל זיין אין מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן שליט"א אבד"ק אמונת ישראל, וועלכער געפונט זיך ליידער אין א שוואכע געזונט צושטאנד נאכן אומפאלן פארלאפענעם וואך אינדערהיים, אין איז די לעצטע וואך נישט אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די תפילות, דער משגיח געפינט זיך אין שטוב, אבער איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.
די עצרת תפילה קומט פאר היינט צופרי פארן דאווענען אום 6:20 אין בית מדרש הגדול אמונת ישראל אין בארא פארק.
די נאמען צו מתפלל איז מרן משה בן פריידא רבקה לרפואה שלימה.
Comentarios