זונטאג פ' משפטים • כ"ה שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהודה פרקוביץ, אין שוקי לרר
טויזענטער אידן האבן זיך דעם ערב שבת פארזאמלט אפצוגעבן דעם כבוד האחרון און כבוד התורה בדרכו האחרונה פון הגאון הגדול רבי ברוך ווייסבעקער זצ"ל ראש ישיבת בית מתתיהו, וועלכער איז ליל שישי נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון דריי און אכציג יאר. די לוויה איז פארגעקומען אין די פארמיטאג שעה'ן פון די ישיבה בית מתיתיהו אין בני ברק, און דערנאך איז די מיטה געפירט געווארן צום פונוביז'ער בית החיים למנוחת עולמים.
צווישן די הספדים איז געהערט געווארן דברי הספד פון די גדולי ראשי הישיבות: הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבודקא, אין הגאון רבי אביעזר פילץ ראש ישיבת תפרח, דערנאך האט מספיד געוועהן די משגיח הישיבה הגאון רבי שלמה ברויאר וועלכע האט על פי צוואותו פונעם ראש ישיבה - ממנה געוועהן זיינע צוויי קינדער אלס ממשיכי דרכו אין שטיין בראש פון די ישיבה, די משגיח האט אויפגענימען בנו הגדול הגאון רבי צבי ווייסבעקער אין בנו הגאון רבי יהודה ווייסבעקער וועלכע וועלן אינאיינעם דינען אלס ראשי הישיבה אויפן ארט פון זייער פאטער דער גאון זצ"ל.
Comments