זונטאג פ' בא • ד' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם
א שיינעם מעמד 'חנוכת הבית וקביעות מזוזה' איז פארגעקומען פארלאפענעם וואך דינסטאג פארן נייעם לאקאל פונעם בית הוראה דקהל יטלב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג, אין שפיץ פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועלכע איז אנגעקומען קיין וויליאמסבורג אויף די וועכענטליכע זמני כניסה אין האט מפאר געוועהן דעם מעמד.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט און דערנאך קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים וואו דער רבי האט מכבד געווען בנו בכורו הגה"צ אבד''ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברי ברכה, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשובע דיינים ומורי הוראה, און משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג די גרויסע שמחה אז מען עפנט אזא שיינע מקום לדון ולהורות, און געוואונטשן סייעתא דשמיא פאר די דיינים ומורי צדק אין אלע מקצועות התורה, שלא יצא מכשול מתח"י, און מסיים געווען בברכת קדשו ספעציעל פאר די נושאי בעול און עסקנים החשובים פון די בית הוראה.
Comments