מוצאי שבת פ' בשלח • י"ז שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרדיט: בחדרי חרדים
ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז דעם שבת נפטר געווארן הרבנית הצדקנית מרת יוכבד האגער ע"ה, אלמנת כ''ק האדמו"ר מסאווארן - הגאון הצדיק רבי ישכר דוב האגער זצ"ל.
די רעבעצען ע"ה איז געוועהן די איינציגן טאכטער פון הגאון המפורסם רבי אברהם לייב קליין זצ"ל פון די אנשי מעלה אין ירושלים, מייסד ישיבת המתמידים וואס האט אויך געדינט אלס משגיח אין ישיבת רוז'ין אין ירושלים.
בהגיעה לפרקה האט די רעבעצען חתונה געהאט צו איר מאן כ''ק האדמו''ר מסאווראן זכר צדיק לברכה וועלכע האט אנגעפירט זיין שיינעם הויף אין די הר נוף געגענט אין ירושלים, אין העכער פערציג יאהר משמש געוועהן אלס דיין אינעם בית דין הרבני אין ירושלים, וואו די חשובע נפטר ד רעבעצען איז אלע יאהרן צוגעטשאנען אלס אן אשר חבר כפשוטו, אין אויפגעהאדעוועט דעם חשובן שטוב לשם ולתפארת. די לעצטע צען יאהר זינט די פטירה פון איר מאן די סאווארנער רבי איז די רעבעצען געוועהן אן אלמנה, אין היינט שבת אינדערפרי האט זי ליידער אויסגעהאכט איר נשמה אין עלטער פון 81 יאהר, איבערלאזנדיג נאך זיך א דור ישרים ומבורך בנין וחתנין רבנין צווישן זיי איר חשובע זוהן האדמור''ים והרבנים לבית סאווראן.
די לוי' גייט ארויס היינט מוצאי שבת בשעה 8.45 פון איר שטוב רחוב הקבלן אין הר נוף, אין שפעטער באנאכט בשעה 11.00 פון בית הלוויות שמגר אין ירושלים.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Comments