top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אייגנארטיגע מעמד 'אפיית מצות' דורך מפעל החסד לחמי מרדכי לקראת חלוקה דעם ערב יו"ט פאר אלמנות אין יתומים

מאנטאג פ' ויקרא • ח' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א שיינעם מעמד 'אפיית מצות' איז פארגעקומען אין שטאט בית שמש ווען הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזנבוים שליט"א בעל 'דרך אמונה' איז פערזענדליך געקומען באקן מצות מצוה וואס וועט פארטיילט ווערן דעם ערב פסח ביים גראנדיעזן חלוקה פאר הונדערטער אלמנות אין יתומים לענגאויס ארץ ישראל, דורכן מפעל החסד 'לחמי מרדכי' וועלכע שטייט אונטער די נשיאות פונעם משפיע.


באזונדער האט מען געהאט די כבוד אז דער בארימטער פוסק הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט''א רב מערב בני ברק איז אריבערגעקומען מיטהאלטן דעם חשובן מעמד, די רב האט מפקח געוועהן אויף די סדר האפייה אין דאן צוגעגאנגען צום רעדלען טישל, און עוסק געווען באפיית המצות א שטיק צייט. נאכן מצות באקן האט דער רב געהערט א דעטאלירטע באריכט איבער די היי יעריגע חלוקה אין שטארק באוואונדערט די געוואלדיגע ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט דורך די עסקנים אויפצורעכטן די שטובער אויף יו"ט.












Comments


bottom of page