מאנטאג פ' תרומה • ג' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א גרויסער צוזאמקום 'אסיפת מחנכים' איז פארגעקומען נעכטן זונטאג אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים, וואו עס האבן זיך צונויפגענימען די אריבער פינעף הונדערט מרביצי תורה מלמדי תשב"ר אין די גערער חדרים ברחבי ארץ הקודש וואו מען זיך אינאיינעם מחזק געווען און אויסגעשמועסט וויכטיגע נושאים אנבאלאנגט די עבודת הקודש.
עס האבן אויפגעטראטן חשובע בעלי דרשנים, לאנגיעריגע בעלי מחנכים ומלמדים מומחים, וועלכע האבן איבערגעגעבן גאר וויכטיגע נושאים מיט הערליכע דרשות. בשעת דער אסיפה איז כ"ק האדמו"ר מגור שליט''א ערשינען אין ביהמ"ד אין האט מיטגעהאלטן דעם אסיפה א משך זמן.
עס האבן אויפגעטראטן בנוכחתו פון רבי'ן שליט"א דער יושב ראש הרה"ח ר' איטשע מאיר טאומאן אין הרה"צ רבי אברהם מרדכי אלתר בנו בכורו פון רבי'ן וועלכע שטייט אין שפיץ פונעם ארגון 'כל בניך' וועלכע פארפיגט אויף די תלמודי תורה דחסידי גור וועלכע האט מאריך געוועהן איבער וויכטיגע יסודות אריינצובאקן יראת שמים אין די קינדער אין צוברענגען צו די מאקסימום התעלות רוחני פון די לעכטיגע תלמידים.
דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן קורצע דברי ברכה פון כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א, די רבי האט באטאנט די חשיבות פון מלמדי תינוקות וואו עס ווערט שוין געברעגנט אין חז"ל אין מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר אלע מחנכים.
Comments