זונטאג פ' תרומה • ב' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א ספעציעלע דאנק בריוו איז ארויסגעשטעלט געווארן דעם ערב שבת מטעם הנהלת קהילה קדושה ראחמסטריווקא אין בארא פארק מיט א באגריסונג אין א ברכת יישר כח פאר די ווארימע אויפנאמע און הכנסת אורחים דורך די עסקנים פון חצר הקודש סקווירא ביים געהויבענעם חתונה אין די שבת של שמחה אין שיכון סקווירא.
אינעם בריוו דרוקן זיי ארויס רגשי הכרת הטוב פאר די סקווירא עסקנים כל אחד בשמו הטוב יבורך יעדער מיט זיין פעולות לטובה, פאר די הנהלת קהל צמח דוד שיכון סקווירא פארן צושטעלן די הונדערטער פלעצער פאר חסידי ראחמסטריווקא ביי די חתונה אין שבת שבע ברכות, און בפרט ביים אנגרייטן די טיש פונעם ראחמסטריווקא רבי'ן אין די מיידל שולע אין שטעטל, באזונדער פאר די וועד הכנסת אורחים ד'שיכון סקווירא וועלכע האבן אראנזשירט באקוועמע אכסניות, פאר די פילע געסט וואס זענען געקומען צופארן מקרוב ומרחוק, דארונטער די בחורי חמד וועלכע זענען פלאצירט געווארן אין די בנין התלמוד תורה, און ספעציעל פאר חברי וועד הנהלת המוסדות און די אנדערע עסקנים וועלעכע האבן צוגעשטעלט אלע דעטאלן פונעם שבת אריינגערעכנט אלע מאכלים, די זאל און בנינים אלעס על צד היותר טוב.
זיי ברענגען ארויס "שפתותינו לא יכלה מלספר פרשת גדולת דרגת מידת החסד כאשר הכל היה מוכן ומזומן בכלל ובפרט ובפרטי פרטות בגשם ורוח להפליא וכל זה בסבר פנים יפות ובקירוב לבבות", אין זענען מסיים דעם בריוו מיט פילע ברכות בזכותם פון די צדיקי הדורות ראשי בית אב להוושע בכל מילי דמיטב.
Comments