מיטוואך פ' תרומה • ה' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת
אין בני ברק איז די נאכט נפטר געווארן בנן של קדושים הרה"צ רבי אברהם יחזקאל הלוי אשלג זצ"ל זוהן פון כ"ק אדמו"ר רבי ברוך שלום אשלג זצוק"ל אין טיפן עלטער פון זעקס אין אכציג יאהר.
די נפטר איז געבוירן אין יאהר תרצ"ח בעיה"ק ירושלים צו זיין פאטער כ"ק אדמו"ר רבי ברוך שלום זצ"ל בנו בכורו פון הגה"ק רבי יהודה לייב אשלג זצ"ל בעל 'הסולם', נאך די הסתלקות פונעם 'סולם' בשנת תשט"ו איז זיין פאטער אויפגענימען געווארן אלס ממשיך דרכו באדמורו"ת אשלג, אין זינט דאן איז די נפטר געשטאנען צו די רעכטע האנט פון אביו הגדול אין זיינע אלע פעולות און הרבצת תורה בנגלה ונסתר ובהנהגת העדה הקדושה די אשלאגער הויף אויף רח' חזון איש אין בני ברק, נאך זיין פטירה בשנת תשנ"ב איז ער ווייטער געשטאנען לימינם פון די ממשיכי דרך זיין ברודער כ"ק אדמו"ר רבי שמואל מאשלג זצ"ל, און דערנאך זיין שוואגער יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א פון חזון איש.
די נפטר זעלבסט איז געווען אויסגעצייכנט מיט זיין יגיעה עצומה בשלושת עמודי עולם, תורה עבודה וגמילות חסדים, אין האט ארויסגעשיינט אךס א צדיק מושל ביראת אלוקים מיט א זעלטענעם קדושה ופרישות, אין א מאיר פנים לכל אדם.
אין די לעצטערע יאהרן האט ער ליידער מיטגעמאכט שווערע יסורים וואס ער האט מקבל געווען באהבה, אין די נאכט איז ער נתבקש געווארן לישיבה של מעלה בשיבה טובה, אין עלטער פון 86 יאהר. ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים ומבורך, קינדער, איידימער און אייניקלעך ההולכים בדרכי אבות. די לוי' גייט ארויס היינט בשעה 6:00 נאכמיטאג פון ביהמ"ד אשלג אויף רח' חזון איש צום וויזניצער בית החיים אין בני ברק ווי ער וועט קומען לקבורה.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
Comments