דינסטאג פ' שמיני • כ"ג אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שימי פ.
דעם זונטאג אווענט איז פארגעקומען א רייכע שבע ברכות לרגל די ימי השמחה בחצר הקודש ערלוי, צוגעשטעלט דורך די ברודער הנגידים למשפחת פישער, קינדער פון הרבני הנגיד ר' יעקב שלום פישער ע"ה עמוך התווך פון קהילת ומוסדות ערלוי. די שבע ברכות איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר בעל 'אמרי סופר' מערלוי זי"ע אין שפיץ פונעם בעל שמחה די געהויבענער זיידע כ''ק האדמו''ר מערלוי שליט''א.
במשך די שמחה האבן אויפגעטראטן עטליכע פון די ברודער למשפ' פשיער ארויסברענגענדיג די אויסערגעווענדליכע התקשרות פון זייער פאטער ר' שלום ע"ה צו בית ערלוי אזוי אויך האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער מחותן הגה''צ רבי שלום צבי סופר שליט''א, און מען האט געהערט גראמען לכבוד די שמחה.
Commenti