מיטוואך פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי ערלוי האבן אויפגענומען מיט נאסטאלגישע התרגשות די אריבערציאונג פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א צו ביתו נאוה קודש פון אהרן קדוש ה', הרה"ק מבעלזא זי"ע, אין די קטמון געגנט אין ירושלים.
די הייליגע הויז פונעם בעלזער רב זי"ע אין קטמון, טראגט א גאר היסטארישע באדייט, זייענדיג די משכן הצדיק וואו דער בעלזער רב האט געוויילט אין די זומער חדשים, און אין נאך אנדערע צייטן דורכאויס די יאר, קומענדיג צו פארן פון זיין קביעות'דיגע משכן כבודו אין תל אביב קיין ירושלים עיה"ק.
די דירה געפינט זיך אויף רחוב בוסתנאי, ביים ווינקל פון חזקיהו המלך אין שכונת קטמון, דער געגנט וואס איז דער תל תלפיות פון חצר הקודש ערלוי. אין לויף פון די יארן נאכ'ן התסלקות פונעם בעלזער רב זי"ע איז די דירה געווארן אפגעקויפט דורך מוסדות ערלוי, און שפעטער מיט די יארן, צוליב די שווערע פינאנציעלע לאגע וואס האט געפלאגט די ערלויער מוסדות, איז מען געווען געצווינגן צו פארקויפן די דירה.
מיט ארום צען יאר צוריק, לעת זקנותו פון כ"ק האדמו"ר בעל אמרי סופר מערלוי זצ"ל, האט בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א זיך אריבערגעצויגן פון מקום מגורתו אין לאנדאן, קיין ירושלים, צו שטיין ליד ימין קדשו פון אביו הגדול, וואוינענדיג דערווייל אין א צייטווייליגע געדינגענע דירה, און עטליכע יאר נאכ'ן הסתלקות פונעם פאטער דער אמרי סופר, איז געלונגען אפצוקויפן די הייליגע דירה פונעם בעלזער רב זי"ע אינעם געגנט, עס זאל דינען אלס נייע קביעות'דיגע דירה פונעם ערלויער רבי'ן שליט"א.
למעשה האט זיך דער פראצעדור פון רענאווירן און איינרישן די דירה פארצויגן, און ס'איז נישט געקומען לידי מעשה, ביז עס איז יעצט אונטערגעקומען די שווערע מצב הבריאות ביים רבי'ן, פון וואס דער רבי ערהוילט זיך בחסדי השי"ת מיום ליום, האט מען זיך אריינגעווארפן מיט פלייס אהערצושטעלן די אפגעקויפטע דירה פונעם בעלזער רב זי"ע, איינגערישט מיט אלע נויטיגע צוגעהערן, עס זאל דינען פאר ביתו נאוה קודש פונעם ערלויער רבי'ן.
די ענדגילטיגע אריבערציאונג איז אפגעראכטן געווארן אין די טעג פאר פורים, און דעם זונטאג, פורים דפרזים, איז פארגעקומען א געהויבענער און התרגשות'דיגער מעמד "קביעת מזוזה ומסיבת ליים" מיט די בני המשפחה און ענגע צאל מקרובים ביים חדר מיוחד פונעם בעלזער רב זי"ע, בארימט אלס "מקום קודש קדשים", וואו דער בעלזער רב האט אויפגענומען קוויטלעך און גע'פועל'ט ישועות פאר אידישע קינדער.
אין אנדערע נייעס האט כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א דעם פורים ביים ליינען גומל געבענטשט, לויבנדיג השי"ת אויף די אלע נסים ונפלאות און חסדים גלוים ארויסקריכנדיג פון די שווערע מיטמאכעניש אינעם מצב הבריאות, ויעבור הרנה במחנה, ווען דער ציבור חסידים זקנים עם נערים האט לעומתו געענטפערט מיט אומגעהויערע שמחה דקדושה מי שגמלך כל טוב, הוא יגמלך כל טוב סלה.
יאמרו נא בי"ת אהר"ן כי לעולם חסד"ו
Comentarios