מונטאג פ' חיי שרה • כ"ב חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
מיט גרויס דערהויבנקייט האבן סאטמארע אין דושינסקיא חסידים מיטגעהאלטן די שמחה הרוממה וואס איז פייערליך אפגעראכטן געווארן דעם דינסטאג וירא אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל. עס איז בשטומ"צ געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"ג ר' ארי' מנחם מענדיל רובין שליט"א, בן הגה"צ ר' יחזקאל רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב, און איידעם ביי הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון חתנו הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א רב ביהמ"ד אהל פיגא אין קרית יואל, זון פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, איר אייניקל פון כ"ק גאב"ד סיגעיט שליט"א.
אין די פריע שעה איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, און דער ציבור האט אויסגענוצט די געלעגענהייט דורכצוגיין מקבל צו זיין ברכת הקודש אין דעם געהויבענעם עת רצון. דאן איז דער רבי שליט"א אין די זיידע די דושינסקיא רבי מיט די שושבינון ערשינען צום מעמד קבלת פנים, מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, אין די בדחן האברך ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה. ביים קבלת פנים האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ מאנסי שליט"א.
דערנאך האט די זיידע די סאטמאר רבי שליט''א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות, די רבי האט בתוך דבריו באגריסט די חשובע זיידע כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א וואס איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל צו די שמחה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א, די עלטער זיידע פון די כלה. קריאת הכתובה: די זיידע הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, די זיידע פון די חתן. ברכות ראשונות: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, די זיידע פון די כלה. ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק טאמאשוב שליט"א, די זיידע פון די חתן. עדי קידושין זענען געוועהן הרה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א - אב"ד דינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א. ביים חופה האט זיך משתתף געווען די פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דערנאך האט די רבי שליט''א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
נאכן חופה איז די עלטער זיידע די סיגעיט'ער רב שליט''א געטאנצן מצוה טאנץ אין די זאלן פון קרן ויואל משה אין איז דערנאך ארויס א א ריקוד מיט חתנו כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.
דערנאך האט כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א געדאווענט מעריב אין א זייטיגער זאל אינאיינעם מיט קהל עדת צאן מרעיתו פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען בשמחתו הגדולה פונעם רבי'ן שליט''א על אדמת אמעריקא, נאך מעריב איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב.
ביים סעודת החתונה איז געוועהן רעזערווירט ספעציעלע טישן פאר די דושינסקיא חסידים, און עקסטער פאר'ן ציבור חסידי סאטמאר אין מאנסי. במשך די סעודה האט די סאטמארע קאפעליע אין שפיץ פון הרה"ח ר' עמרם אקער אינאיינעם מיט משוררי בית דושינסקיא אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' זאנוויל וויינבעגער אנגעפירט מיט הערליכע פרקי שירה לכבוד די שמחה.
צום באשטימטער צייט זענען די זיידע'ס האדמור''ים שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר פונעם ברייטן ציבור, אין זיך געוואשן צום סעודת מצוה, א ק'ורצע צייט דערויף איז די חתן אריינגעקומען אין מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגער ריקוד לכבוד שמחת חתן.
בשעת די ריקודין איז כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א אראפ צום חלל פון ביהמ''ד אין איז געטאנצן מיט בנו הרה''צ רבי דוב דוב אין די בני משפחת המלוכה, זייענדיג ארומגענימען מיט קהל חסידיו זקנים עם נערים. אינצווישן איז דער ציבור אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר'ן סאטמאר רבי'ן שליט"א אין די מחותנים.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וומ"ס שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א, אין ברכה אחריתא: הגה"צ רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת מונקאטש בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א עלטער פעטער פון די חתן.
דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' משה יהושע ווייס הי"ו האט גענומען דאס ווארט, און האט מיט גאר ווארעמע חרוזים אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוה טאנץ, זייענדיג מעורר זכות אבות הק', דערנאך האט די רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, אין דאן צוגעטראטן צו די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, מיטשלעּפענדיג דעם גַאנצן ציבור צו אן אויסטערלישן התעוררות און התלהבות. דערנאך איז דער רבי געטאנצען מיטן חתן, און דערנאך מיט חתנו הגה"צ רבי דוד דוב שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי הרה''ק בעל ברך משה זי"ע, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט אחיו הגה''צ אב"דסאטמאר 15 שליט"א.
דערנאך האט מען אויפגערופן די גרויסער זיידע כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א וואו דער בדחן האט דערמאנט די קשר עליון צווישן די זיידע'ס הגה''ק בעל שבט הלוי זצ''ל אין הגה''ק מהרי''ץ דושינסקיא זי''ע. עס האט נאכגעפאלגט מיט די ריקודין פון די זיידע'ס הגה"צ אבד"ק טאמאשוב שליט"א, און הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, און דערנאך די אבי החתן הרה"צ רבי ארי' מנחם מענדל רובין שליט"א און אבי הכלה הגה"צ אב''ד אהל פיגא שליט"א.
Comments