מיטוואך פ' חיי שרה • כ"ד חשון תשפ"ד| בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברמי ווייס
פארגאנגענעם מיטוואך פרשת לך, איז פארגעקומען אין בארא פארק די רעבישע חתונה ברוב פאר והדר פון החתן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מבורשטין שליט''א, א זון פון בנו הרה"צ שלמה יעקב זיידא אייכנשטיין שליט"א, מיט די כלה תחי' אייניקל פון כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א בת לחתנו הגה''צ רבי מרדכי דוב בעק שליט"א אב''ד טאלמישט מאנסי, בן כ''ק אדמו"ר מטשערקאס שליט"א.
די גרויסע חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת גאלדא, ביים קבלת פנים האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך איז דער גאנצער עולם געגאנגען צו די חופה וואו מען האט געזינגען ווארעמע ניגוני קודש פון לבית סקולען אין בורשטין. דערנאך האט דער סקולענ'ער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים פאר די אבות הקדושים כמנהג אבותיו הק', און דערביי מעורר געווען זכות אבות להפקד בדבר ישועה ורחמים. און דערביי אויפגעפאדערט דעם עולם איבער דער ענין פון צנועות און די טמא'נע כלים.
דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין ער האט דאס איבערגעגעבן פאר אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א. דערנאך איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מספינקא –מאנטריאל שליט"א מיט קריאת הכתובה. דער גרויסער זיידע כ"ק מרן אדמו"ר מסוקלען שליט"א צו זאגן די ברכות ראשונות, און דער זיידע כ''ק אדמו"ר מטשערקאס שליט"א מיט ברכה אחריתא.
תיכף נאך די חופה איז דער גאנצער עולם א דורך כבני מרון אפצוגעבן די ברכת מזל טוב פאר אלע זיידעס, און פאר די מחותנים הגוה"צ שליט"א לברך ולהתברך בעידן חדוותא.
די גאנצע חתונה איז א דורך אין א געהויבענע שטימונג, בערך 10 אזייגער איז כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א ערשינען ביי די חתונה, ווען דער זאל איז געווען איבערגעפילט מיט חסידים ומעריצים וועלכע זענען געקומען מיט האלטן די שמחה און זעהן מלך ביופיו בזמן שמחתו.
במשך די חתונה האט באשיינט די שמחה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א א עלטער פעטער פון די כלה. און די ברודערס האדמור''ים מוויען און סערדאהעלי שליט"א עלטער פעטער'ס מצד החתן. אזוי אויך איז געווען שטארק קענטיג דער חשובער גאסט פון ירושלים עיה"ק הרב הצדיק רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב וועלכער האט זיך ארויסגעלאזט א פייערליכער ריקוד מיטן סקולענער רבין שליט"א.
עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען מען האט געבענטשט ברכת המזון. דערנאך האט צום ערשט הרה"ח מוה"ר שמעון ישראל פריעד הי"ו מנאמני בית סקולען אויפגערופן דעם סקולענער רבי שליט"א מיט די געהויבענע מצוה טאנץ, אראפברענגענדיג די גרויסע השפעות פון די הייליגע טעג, און געבעטון אז דער רבי שליט"א זאל ממשיך זיין די שמחה פאר גאנץ כלל ישראל ביי די געהויבענע מצוה טאנץ. וינועו אמות הסיפים ווען דער רבי שליט"א האט געטאנצט לפני הכלה. דער רבי שליט"א האט געטאנצט א לענגערע צייט אויף די ניגונים "וטהר לבנו" "אוי אוי שבת" דערנאך האט ער געטאנצט מיטן חתן, און מחותנים. באלד דערויף איז געווארן א מחול לצדיקים פון אלע פעטערס הרבנים הגאונים שליט"א.
דאן האט מען אויפגערופן כ''ק אדמו"ר מטשערקאס שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א און די מחותנים הרבנים הגוה"צ שליט"א.
Comments