מוצאי שבת פ' כי תשא • כ"ב אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: איתי קצב אין שוקי לרר
מיט התרוממות הנפש האבן טויזנטער חסידי וויז'ניץ אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פונעם רועה נאמן, אביהם ואוהבן של ישראל הרה"ק בעל 'ישועות משה' מוויזניץ זי"ע, בצל הקודש פון בנו הגדול מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א.
דורכאויס די טעג ארום די יארצייט האבן זיך די חסידים בכל מקומות מושבותיהם, און די תלמידי הישיבות צוזאמגענומען אויף סעודות הילולא אינאיינעם מיט די חשובי וזקני העדה וועלכע האבן מעלה געווען עובדות און זכרונות פונעם בעל ההילולא בהילו נרו, און זיך מחזק געווען ווייטער צו גיין במשנתו הטהורה ובדרכו הסלולה.
מיטוואך נאכט בליל יומא דהילולא רבה האט די רבי שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן זצוק"ל די בעל ההילולא אויף רחוב אהבת שלום, אויפן זעלבן ארט אשר יצאה נשמתו בטהרה, דערנאך האט די רבי אויפגענימען די חסידים מיט קוויטלעך להיזכר לטובה בהאי יומא רבה.
צומארגנס ביומא דהילולא קדישא כ' אדר האט די רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די אברכי הכוללים ותלמידי הישיבות הקדושות, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פארן בר מצווה בחור אן אייניקל פון גיסו הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה און לרגל די הילולא, און משמיע געווען דברות קודש.
דורכאויס די טאג פונעם יארצייט האבן טויזנטער אידן, זקנים עם נערים, עולה רגל געווען קיין בני ברק און מתפלל געוועהן ביים ציון המצוינת בחלקת מחוקק ספון אינעם אוהל אדמור"י בית וויז'ניץ אויפן בית החיים זכרון מאיר אין בני ברק, אויסצובעטן אלעס גוטס ולהפקד בדבר ישועה ורחמים. אין די פארמיטאג שעה'ן איז די רבי ארויף צום ציון הק' אין באגלייטונג פון טויזנטער חסידים, די רבי האט געצינדן לעכט, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים און די יהי רצון כנהוג. נאך אמירת תהילים האט די משמש בקודש הרה"ג ר' שאול גרינברגר געזאגט קל מלא רחמים, און די רבי האט זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', און אנגעוונטשן די אלע תורמים וועלכע האבן בייגעשטייערט ק"ס שקלים פארן מגבית לטובת 'איגוד מוסדות וויזניץ' אזוי אויך די תורמי המעמדות און תומכי קופת להחזיקם ולהחיותם פון די קהילה. ביים ארויסגיין האט די רבי מפריש געוועהן צדקה פאר די קופה פון איגוד מוסדות וויזניץ און מוסדות מרכז חסידי וויזניץ תחת נשיאותו פון אחיו כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א.
לעת ערב איז די רבי אריינגעקומען אין בית מדרש הגדול און מעריך געווען שולחנו הטהור סעודת ההילולא, די טיש איז אויך געווען משולב מיט די שבע ברכות פון א אייניקל ביים רבי'נס שוואגער הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ חתנו כבנו פונעם בעל הילולא, די חתן א זוהן פון זיין איידעם הרה"ג ר' חיים מרדכי אשכנזי שליט"א.
די רבי האט געמאכט די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל הילולא, און געזאגט קדיש. במשך די טיש האט מען געזינגען פילע ניגוני התעוררות און די רבי האט געוונטשן לחיים, ביי די דברות קודש האט די רבי מרחיב געווען במשנתו הטהורה פון אביו הגדול די בעל הילולא, און בפרט ארומגערעט שטריכן און זכרונות פון די קשר פונעם רבי'ן זצוק"ל מיט זיין עלטסטע טאכטער די סקווירא רעבעצין ע"ה שטייענדיג ככלות ימי השבעה לפטירתה.
אויך האט די רבי מעורר געווען די חסידים צו נעמען א חלק בעין יפה אינעם מגבית 'משוך נועם הנשמות' און שטיצן די בארימטע 'משכני' ארגאנאזאציע וועלכע לייגן אריין שווערע כוחות פאר די הצלחה פון די דור העתיד די בחורי חמד.
די רבי האט געבענטשט על הכוס, די זיידע הגה"צ ראש ישיבת וויז'ניץ האט געזאגט די ברכות ראשונות, און די וויזניצער רבי פון בית שמש איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.
Comments