top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע שמחה'דיגע ערווארטונג ביי חסידי וויזניץ צום שמחת החתונה פון בת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א

דינסטאג פ' שמות • י"ד טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט געפילן פון שמחה דקדושה און התרוממות הנפש גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה חסידי וויזניץ און תושבי מאנטריאל צום גרויסארטיגן שמחת החתונה ווען עס גייט אונטער די חופה די כלה, א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א מיטן חתן המופלג יעקב יוסף ני"ו נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, א זוהן ביי זיין זוהן הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל האגער שליט"א וואס איז אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א.


די שמחה הגדולה, דער שמחת החתונה וועט בעז"ה פארקומען דעם מיטוואך פרשת שמות אין שטאט מאנטריאל, אין שפיץ די געהויבענע געסט האחים האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ וועלכע קומען צו פארן מכל מקומות מושבותיהם צו באשיינען די שמחה, ובראשם דער געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קאיימישע שליט"א, און דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועלכע וועט לויטן יעצטיגן פלאן באלד נאכן אויפשטיין פון די שבעה אפרייזן קיין מאנטריאל צו די שמחה, און מיטהאלאטן טייל פון די חתונה לויט די הוראת הרבנים שטייענדיג אין די שלושים נאך די פטירה פון די רעבעצען ע"ה.


דער וויזניצער רבי פון קייאמישע וועט קומען צו פארן אין באגלייטונג א גרויסן ציבור חסידים, וואס וועלן מיטהאלטן די חתונה און די נאכפאלגנדגע שבת של שמחה, ווי באקאנט איז פארהאן א ספעציעלע נאנטשאפט צווישן דעם רבי'ן און די וויזניצע קהילה אין מאנטריאל, וואו דער רבי האט משמש געווען ברבנות מיט יארן צוריק, און די עלטערע בני הקהילה האלטן אן א שטארקע קשר מיטן רבי'ן. די רבי וועט האבן די אכסניא בבית הרבני החסיד ר' יעקב לאקס הי"ו בעל האכסניא פון אדמור"י בית וויזניץ אין שטאט מאנטריאל.


דורכאויס די וואך וועט פארקומען א רייע מסיבות און באנקעטן בבתי נדיבים בעם לטובת די מוסדות אין גיבער'ס, און באזונדערע זמני כניסה פאר די חסידים אין מאנטריאל. שבת וועט דער רבי אפרעכטן אלע תפילות און טישן אינאיינעם מיטן ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א בשבת אחים גם יחד, און זונטאג וועט די רבי אהיימפארן לביתו נאווה קודש אין גיבבער'ס.


באזונדער וועט מען מקבל פנים זיין מיט גרויס שמחה די זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א וואס האט זיך היינט ארויסגעלאזט קיין קאנאדע לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה און שבת שבע ברכות, טראץ זיין שוואכע כוחות נאכן צוזאמפאלן דעם שבת. דער רבי וועט האבן די אכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' שמואל פישמאן הי"ו.


הונדערטער געסט פון איבער גרעיטער ניו יארק זענען ערווארטעט זיך צו משתתף זיין ביי דער שמחת החתונה, און מיטלעבן די געהויבענע שעה'ן, די הייליגע מאמענטן, בשמחת בית צדיקים. די מעמד קבלת פנים וועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנטריאל, און פאר די נשים אין די סקווירא זאל, די מעמד החופה קומט פאר ברחובה של עיר פארנט פון גרויסן וויזניצער ביהמ"ד אויף די ווען הארן גאס. נאכן חופה וועלן באסעס פירן דעם ציבור צו די פראכטפולע "לע שאטאו ראיאל" זאל ווי עס וועט געפראוועט ווערן די שמחת החתונה בקול צהלה ורינה.


די עסקני השמחה לייגן אריין גרויסע כוחות אהערצושטעלן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, אריינגערעכנט די טראנספארטאציע מיטלען צו צונויפברענגען די באים מרחוק ומקרוב, און אכסניות פאר אלע געסט, אזוי אויך אויסצושטעלן די זאלן צו איר מאקסימאלסטע גרויסקייט, כדי צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצער ציבור החשוב, איש על מחנהו ואיש על דגלו.


באזונדער גרייטן זיך די הונדערטער חסידים מיטצולעבן דעם לעכטיגן שבת קודש פ' שמות, וואס וועט זיין א ריכטיגער יום שבתון אין לשכוח בשמחה עצומה. דער "שבת שבע ברכות" וועט פארקומען במחיצתו פונעם גרויסן מחותן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א.


די תפילות ועריכת השלחנות וועלן פארקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנטריאל, און די סעודת שבת פאר די געסט אינעם בנין פון ישיבת סאטמאר וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט די סעודות שבת קודש און אלע זייטיגע צוגעהערן על צד היותר טוב.


די צענטראלע שמחת השבע ברכות דורך די וויזניצער קהילה אין מאנטריאל וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר קומענדיגן מוצאי שבת קודש פ'


שמות אין היכל ביהמ"ד הגדול אהבת ישראל וויזניץ אין מאנטריאל, די שמחה וועט נאכפאלגן מיט די געהויבענע שמחות השבע ברכות וואס וועלן געפראוועט ווערן אין לויף פון די וואך אין ניו יארק, זונטאג אין מאנסי צוגעשטעלט דורך די זיידע כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, מאנטאג אין קרית וויזניץ קאיימישע דורכ'ן זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קאיימישע, און די לעצטע שבע ברכות דינסטאג נאכמיטאג אין היכל הישיבה 'בנין אבות' וויזניץ אין קאיימישע.


הנה ימים באים - ימי שמחה והוד.











Comments


bottom of page