top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער אין ירושלים ביי לוי' פאר המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל‎

מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר

 

טויזנטער אידן האבן זיך באטייליגט היינט ביי דער גרויסער לוי' אין ירושלים, וואו מ'האט באגלייט למנוחות דער צדיק עתק פונעם פריערדיגן דור, מעתיק השמועה, זקן המשגיחים והמשפיעים, הגאון הצדיק המפורסם רבי משה וואלפסאן זצוק"ל אבד"ק אמונת ישראל בארצות הברית ומצודתו פרוסה בארץ הקודש.


ארום איינס אזייגער נאכמיטאג האט די ארון הקודש געלאנדעט אין די לוד לופטפעלד וואו עס האבן אפגעווארט די מיטה א ענגע צאל תלמידים און בני המשפחה, עס האט דארט אפגעווארט כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, א תלמיד פונעם משגיח זצ"ל אין תלמוד תורה מתיבתא תורה ודעת, די רבי שליט"א איז געווען אנגעטוהן מיטן שטריימל שטייענדיג ביום החופה פון א אייניקל, און נאך אין די שבעת ימי המשתה פון א אייניקל, די רבי האט געזאגט קדיש און באגלייט די מיטה א שטיק וועג. אום צוויי אזייגער מיטאג האט זיך אנגעהויבן די לוויה אין עיה"ק ירושלים בבית מדרשו של רבי בית המדרש דקהילת אמונת ישראל בעיר ה' שמה, וואו א ריזן ציבור אידן זענען געווען פארזאמלט על פני רחוב אבן האזל און די גאסן ארום.


די מיטה איז אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד וואס איז געווען איבערגעפילט מיט הונדערטער תלמידים כבנים וועלכע האבן געשעפט חיות און חיזוק פון די עבודה פון משגיח און האבן זיך צוזאמגעקומען באוויינען די גרויסע אבידה אשר פקד אותם ואת כל בית ישראל. צום ערשט האט איינער פון די ראשי הקהילה פארגעזאגט פרקי תהילים, לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפואה שלימה, און דערמאנט וואו דער מצב ביים רבי'ן איז געגאנגען בנפשו פונעם משגיח וועלכער פלעגט תמידין כסדרן אויסדריקן די חוב קדוש פון 'צריך שיחלה עצמו עליו' מתפלל צו זיין און איינרייסן לרפואתו.


דערנאך האט מען געהערט קארצע דברי פרידה פון בנו הגדול וחביבו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל מאנסי, און לענגערע דברי הספד והערכה פון הגאון רבי יצחק האזנפעלד שליט"א רב דקהל אמונת ישראל אין ירושלים וועלכע האט מרחיב געווען בדיבורו איבער די מידת הענווה ושפלות רוח און דרכו הסלולה פונעם משגיח וואס ער האט אונז איבערגעלאזט.


דערנאך האבן די צוויי זוהן הגה"צ אב"ד אמונת ישראל מאנסי און הרה"ג ר' אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א געריסן קריעה כדת וכדין און געזאגט קדיש, איידערן ארויספירן די מיטה לרחובה של עיר איז געהערט געווארן דברי הספד בכי תמרורים פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל תשובות והנהגות וועלכע האט לאנגע מינוטן באוויינט די אבידה שאין לה תמורה, זאגנדיג אז דאס איז א אבידה פאר גאנץ כלל ישראל, און ווער עס באדרויערט נישט סילוקו של צדיק איז א סימן אז זיין נשמה איז פגום, דער גאון האט מסיים געווען בקול בוכים מאין הפוגות זאגנדיג אז מען מוז וויינען אויף אזא פארלוסט.


דערנאך האט מען ארויסגעפירט די מיטה לרחובה של עיר, ווי פילע אידן האבן באגלייט דעם גרויסן צדיק בדרכו האחרונה למנוחות, דורך די גאסן פון אבן האזל, עזרת תורה און גבעת משה. צווישן די אלפי המלווים האבן זיך אנגעזעהן מערערע אדמורי"ם ורבנים גדולי ישראל וועלעכע זענען געקומען חולק זיין כבודו האחרון, צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכע האט זיך נארוואס צוריק געקערט פון אוקראיינע, האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, ביאלא, אמשינוב פון אמעריקא, מודזיץ, קוזמיר, לוצק, קהל חסידי ירושלים, שבט הלוי, תורת חכם, סקולען ירושלים, זוטשקא, זוטשקא ירושלים, באסטאן הר נוף, ביאלא פשיסחא הר נוף, מבקשי אמונה, אונגוואר, ליטשיק, תולדות משה, גאב"ד ראדאמישלא רמות, הרה"צ רבי משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים בן כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, הגה"צ ר' יצחק משה ערלאנגער שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן, גאב"ד ביתר, ראש ישיבת טשעבין, גאב"ד זוועהיל, ראש ישיבת עמלה של תורה, אב"ד שערי טובי', אב"ד קאלוב ביתר, און ראש ישיבת שומרי אמונים.


פארנט פון בית המדרש הגדול ראחמסטריווקא האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א געזאגט קדיש און מען האט אריינגעלייגט די מיטה אינעם אמבולאנס, דערנאך אנקומענדיג צום ביהמ"ד שערי טוביה האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א געזאגט קדיש, און די מיטה איז אפגעפארן אויפן וועג קיין עיר הקודש טבריה.


ארום זעקס אזייגער נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז די מיטה אנגעקומען קיין עיר הקודש טבריה, צום אלטן קארלינער בית המדרש משכן קדשו פון הרה"ק רבי מענדעלע וויטעפסקער זי"ע וואו הגאון הגדול רבי שמואל דישון שליט"א  מנהל מוסדות יד ישראל קארלין סטאלין, ידיד נעוריו פונעם רב זכר צדיק לברכה  האט אויפגעטרעטן מיט דברי הספד. דערנאך האבן די צוויי זוהן געזאגט קדיש, און מען האט ארויפבאגלייט די מיטה צופיסנס ביז צום בית החיים, וואו דער גרויסער נפטר איז געקומען לקבורה סמוך ונראה צו מקום מנוחתם פון די שרפי מעלה הצדיקים הקדושים תלמידי הבעל שם טוב הקדוש זי"ע. נאך די קבורה און סתימת הגולל האבן זיך די קינדער געזעצט שבעה אינדרויסן פונעם בית החיים און די פילע משתתפים זענען דורך מנחם אבל זיין, און נאך א שטיק צייט האט מען געפענט די גדרים און צוגעלאזט די ריזן ציבור צוגיין צום ציון זיך אויסצובעטן ביים צדיק.




Comments


bottom of page