דינסטאג פ' פקודי • ב' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינטיגן דינסטאג האט זיך כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף סיגעט שליט''א אומגעקערט למעון קדשו אין ירושלים נאכן וויילן די לעצטע צוויי וואכן אין ניו יארק אין קאנאדע לרגל די חתונה פון א אייניקל. אין לויף פון די ימי הביקור האבן פילע מבקשי השם חסידים ומעריצים, געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין ביים רבי'ן שליט"א בפרט תושבי קרית יואל וועלכע האבן מיטגעהאלטן די שיינע שבתים, די לעכטיגע תפילות און טישן. דער ערשטע שבת פ' כי תשא האט די רבי געוויילט בגלילות קרית יואל, בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' ישראל צאלער. א שבת דערויף פ' ויקהל האט די רבי געהאט די אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' שלמה פעדער אין די טשעסטער געגענט וואו די רבי האט געפראוועט א גרויסן שבת מיט די באטייליגונג פון א גרויסן ציבור חסידים אין געסט. אין די וואכנטעג האט דער רבי שליט''א דארט אויפגענימען דעם ציבור לעצה ולברכה.
Comments