top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בליץ באזוך פון האד' מוויז'ניץ אין לאנדאן לטובת די מגבית חירום פארן ביהמ"ד הגדול‎

מאנטאג פ' יתרו • י"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם


מרן האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א איז נעכטן זינטאג נאמכיטאג אנגעקומען צוגאסט קיין לאנדאן אויף א קורצע באזוך בקרב חסידיו לטובת די גרויסע מגבית לטובת די נייע בית המדרש. נאכמיטאג - א קורצע צייט נאכן אנקומען אין שטאט איז די רבי שליט"א צוגעפארן אויף א ביקור נימוסין ביי שאר בשרו כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א וואו די רבי'ס האבן זיך ווארעם באגריסט אין עס איז פארפירט געווארן א קורצן שמועס, נאכן באזוך איז די רבי שליט''א דורכגעפארן דעם בנין התלמוד תורה דחסידי וויז'ניץ וואו די קינדער זענען געוועהן אויסגעשורהט אין מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן שליט''א בשירה וזמרה.


שפעטער נאכמיטאג צום שטוב פון הרה''ח ר' יעקב מרדכי שטערן מנהל פון די וויזניצער מיידל שולע אין לאנדאן צו א רייכע באנקעט וואו עס זענען געלאדענט געווארן א געקליבענער צאל נדיבים בעם יחידי סגולה וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט ריזיגע סכומים צו דעקן די חובות פונעם גרויסן בנין בית ויזניץ.


שפעטער באנאכט איז די רבי אנגעקומען צום ביהמ''ד 'אהבת ישראל' וויז'ניץ וואו מעו האט געדאווענט מעריב נאכגעפאלגט מיטן מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם אורח הרם, עס האט אויפגעטראטן הרה''ג רבי פנחס שנעהבאלג ראש ישיבה לצעירים וויז'ניץ אין לאנדאן וועלכע האט מקבל געוועהן פני הקודש בשם כל הקהל, אין ארויסגעברעגנט די זכיה צו קענען לייכטער מאכן דעם גרויסן עול וואס ליגט אויפן רבי'ן.


נאכן קבלת פנים האט זיך אנגעהויבן די זמני כניסה וואו די חסידים אין עמך אידן זענען אריינגעקומען איבערגעבן די נדבות קודש פארן ביהמ''ד אין דערמיט ממלא זיין רצון קדשו פונעם רבי'ן שליט''א. עטליכע שעות נאכאנאנד זענען די חסידים דורך כבני מרון וואו די רבי האט יעדן אנגעוואונשטן בכל מילי דמיטב.


היינט אינדערפרי האט די רבי שליט''א געדאווענט שחרית אין וויזניצער ביהמ''ד אויף סטעמפארד הילל, ווי עס האבן מיטגעדאווענט די קינדער פון די עלטערע כיתות אין תלמוד תורה אין די תלמידי ישיבה לצעירים, ביי קריאת התורה האט די רבי עולה געוועהן אין געבענטשט גומל. א קורצע צייט נאכן דאווענען האט די רבי פארלאזט לאנדאן אין ממשיך געוועהן די נסיעה קיין ניו יארק, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע צוויי וואכן אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת די מגבית.





















Commentaires


bottom of page