דיסטאג פ' פקודי • ב' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א געהויבענע מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט אין שטאט אשדוד, ווען עס איז אין א מזל'דיגע שעה באנייעט געווארן די נייע שטיבל פני מנחם, אין שפיץ פון מרן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א. די מעמד איז פארגעקומען אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות לכבודו פון הרב החסיד ר' יחזקאל נייהויז, מראשי הקהילה אין שטאט אשדוד, קאמבאנירט מיט די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פונעם גערער רבי דער הייליגער בית ישראל זי"ע.
בראש המסובים האט באשיינט דער נשיא הקהילה הגאון הגדול רבי שאול אלתר שליט"א, ואתו עמו די רבני הקהילה, הגאון ר' דניאל אלתר ראש ישיבת פני מנחם, הגאון ר' חיים פסח הורוויץ דומ"ץ בעלזא, הגאון ר' יצחק יהודה ירוסלאווסקי, הגאון ר' יחיאל צוקער, און דער ראש הכולל הגאון ר' אליעזר כרמל. אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון מערערע עסקנים און נציגי העיר, מנהלי המוסדות און רבני הקהילות פון שטאט אשדוד.
דער ראש ישיבה האט משמיע געווען דברי תורה אין ארומגערעט איבער די קדושה וואס ליגט אין דעם בית המדרש, און די געוואלדיגע זכיה ווען מ'האט דערגרייכט אנצוקומען אל המנוחה ואל הנחלה, נאך שווערע צייטן וואס די קהילה איז אדורך אין די לעצטערע תקופה. אזוי אויך האט מען געהערט גראמען דורך הרב ישראל מנלה, איבער די קורות הימים פון די קהילה, און די געוואלדיגע שמחה וואס נעמט ארום דעם גאנצן ציבור אין די יעצטיגע מאמענטן.
Comentarios