מאנטאג פ' תולדות • כ"ד חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
די היסטארישע קור-שטאט "מארינבאד" אין סלאוואקיי האט אין א גייסטרייכע ערשיינונג צוריקבאקומען דעם גלאנץ פון אמאל מיט'ן אנהויב פון די מסע הקודש "ועידת הנאמנים" דורך תומכי מוסדות סערעט וויזניץ בארה"ק, בראשות כ"ק אדמו"ר מסערעט וויזניץ שליט"א, וואס רעכטן אפ געהויבענע ימי הוד ביי די בארימטע בעדער אין שטאט מארינבאד, וואס האט פארצייטנס געווירבלט מיט צדיקים שרפי מעלה וואס זענען געקומען דארט וויילן למנוחת נפשם הטהורה, ובפרט האבן דארט באזוכט די צדיקי בית קאסוב וויזניץ זי"ע לדורותם.
די מסע הקודש איז געלאזט געווארן אין גאנג מאנטאג נאכמיטאג, אנקומענדיג אין שטאט מארינבאד, וואו מ'איז תיכף צוגעפארן צום היסטארישן האטעל וואס האט געדינט אלס אכסניא של צדיקים. מ'האט געדאווענט מנחה מעריב, און דערנאך האט דער חוקר לתולדות מארינבאד הרב נחמי' בלוישטיין פארגעשטעלט א לעבעדיגע פרעזענטאציע פון אלע בנינים און דער גאנצער אויסשטעל פון די קור-שטאט. נאכדעם האט מען געהערט אן אינהאלטסרייכע דרשה פון הרב לוי יצחק האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן, איבער די רייכע היסטאריע פון די שטאט און די אלע צדיקים וואס האבן דאהי געוויילט.
דינסטאג אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א, און נאך סעודת פת שחרית איז מען ארויסגעפארן צו א רייע היסטארישע ערטער אין שטאט, אנגעהויבן פונעם האטעל וואו ס'איז אפגעהאלטן געווארן די באקאנטע כנסי' גדולה דורך אגודת ישראל אין די יארן איידער'ן קריג, וואו עס האבן זיך צונויפגעזאמלט די גדולי וצדיקי הדור.
דערנאך איז מען אריבער צום אכסניא של צדיקי בית וויזניץ, דער הייליגער צמח, דער אמרי ברוך, דער אהבת ישראל, און זיינע הייליגע קינדער, וועלכע האבן דארט געוויילט למנוחת הנפש, און אויך דער אדמת קודש וואו ס'איז פארגעקומען די הייליגע באגעגעניש צווישן דעם צמח מיט'ן הייליגן דברי חיים מצאנז זי"ע. דערנאך איז מען אריבער צו א שטראז פון וואו ס'איז דא א באקאנטע היסטארישע בילד ווי עס שפאצירן דארט אויף דאטשע הרה"ק דער אמרי אמת פון גור און זיינע קינדער דער בית ישראל און פני מנחם זצ"ל.
דאן האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין א לענגערע שפאציר אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, וואו מ'האט זיך אנגעקוואלן מיט רייכע שטיקער היסטאריע פון דעם שטאט, געשילדערט דורכ'ן ידען נפלא הרה"ח ר' מנחם אליעזר מאזעס, וועלכער האט דאס אלעס מקבל געווען פון זיין פאטער וועלכער איז געווען א נאנטער מקורב און עסקן אינערהאלב אגודת ישראל, קומענדיג צו פארן פון ארץ ישראל צו די כנסי' הגדולה אין מארינבאד, צו באגלייטן הגה"ק דער מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל אויף די כנסי'.
דורכאויס דעם שפאציר ברחובות מארינבאד איז מען אנגעקומען צום האטעל וואס האט באלאנגט פאר משפחת לייטנער, און האט געדינט אלס אכסניא פון מערערע צדיקים, ספעציעל איז באקאנט אז אויפ'ן דריטן שטאק זענען איינגעשטאנען די בעלזער רבי'ס, הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע און בנו הרה"ק מבעלזא זי"ע, און אויפ'ן פערטן שטאק זענען איינגעשטאנען די וויזניצער רבי'ס, דער צמח, דער אמרי ברוך און דער אהבת ישראל.
זייענדיג אויפ'ן פערטן שטאק האט דער רבי שליט"א מיט גרויס התרגשות געמאכט א ברכה "שעשה נס לאבותי במקום הזה", זייענדיג מקובל אלס ארט ווא דער צמח האט געהאט א מורא'דיגער נס ווען ער איז אראפגעפאלן עטליכע שטאק, וואו מ'האט טאקע געטראפן דארט א היסטארישע דאקומענט וואו די געשיכטע איז פארצייכנט מיט די גענויע פרטים. דערנאך האט דער רבי געפראוועט א שלחן לחיים און געדאווענט מנחה, און געפראוועט דעם ציבור מיט קוויטלעך.
דער ציבור איז דערווייל צוריק צום בנין פון די כנסי' הגדולה, וואו ס'איז אפגעהאלטן געווארן א תוכנ'פולע פאנעל צווישן הרב לוי יצחק האגער, הרב אברהם חיים זילבערשטיין און הרב מנחם אליעזר מאזעס, אלעס ארום די היסטאריע פון די כנסי' הגדולה וואס איז פארגעקומען באותו מקום. סוף פונעם פאנעל איז דער רבי ערשינען אינעם זאל, מ'האט געדאווענט מעריב, און דערנאך איז מען צוריק אין האטעל, וואו ס'איז פארגעקומען א רייכע וועידה, וואו מ'האט געהערט דעם דבר הועידה דורך הרה"ח ר' מענדל פישער מנכ"ל מוסדות סערט וויזניץ, און דערנאך האט די סערעט-וויזניצע קאפעליע פארגעזינגען היסטארישע ניגונים לבית וויזניץ, אנגעהויבן נאך פונעם אהבת שלום, ביז'ן אהבת ישראל ובניו הקדושים.
דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר אלע תורמים ומשתתפי הוועידה, און משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת המקום וואו עס האבן באזוכט אונזערע הייליגע רבי'ס און צדיקים קדושי עליון. מיט'ן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרב לוי יצחק האגער, און מיט דעם האט זיך געשלאסן דער צווייטער טאג על אדמת מארינבאד, אין ראם פון די ועידת הנאמנים וואס זעצט פאר ברוב פאר והדר.
Comments