top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עיר התורה געיטסהעד לעבט מיט גייסטרייגע מאמענטן ביים חגיגת חנוכת הבית פאר נייע ישיבה 'תפארת יעקב'

מיטוואך פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

דער עיר התורה געיטסהעד אין ענגלאנד האט די וואך מיטגעלעבט היסטארישע מאמענטן ווען עס איז אין א מזל'דיגע שעה נתחנך געווארן די נייע בנין הישיבה קטנה 'תפארת יעקב' וואס האט שוין ארויסגעגעבן תלמידים לאלפים, די מעמד איז באקרוינט געווארן מיט די השתתפות פון די צוויי חשובע גדולי תורה וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן פון ארץ ישראל, הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון און המקובל הגאון רבי שמאון גלאי שליט"א. זונטאג אווענט ביים אנקומען אינעם ניוקאסל לופטפעלד איז דער ראש הישיבה הגאון רבי עזריאל יפה שליט"א ארויסגעפארן מקבל פנים זיין די חשובע געסט.


מאנטאג אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית אינעם אלטן בנין הישיבה קטנה, נאכן דאווענען האט הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א אויפגעטראטן מיט א דרשת חיזוק און די תלמידי הישיבה זענען דורך שלום נעמען פון די חשובע געסט, אין לויף פונעם טאג האבן די גדולי ישראל באזוכט ביי די רבני העיר, ובראשם הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינעם תורה'דיגן שמועס. נאכמיטאג האט דער חברון'ער ראש ישיבה הגאון רבי דוד כהן שליט"א איבערגעגעבן א שיעור כללי בהיכל הישיבה אין די סוגיא וואס די בחורים זענען עוסק דעם זומער זמן.


שפעטער אין טאג איז געפייערט געווארן די מעמד הכנסת ספר תורה צום נייעם בנין הישיבה מיט די השתתפות פון די הונדערטער תלמידי הישיבה און פילע יוצאי הישיבה פון איבער גאנץ ענגלאנד, עס האט נאכגעפאלגט מיטן סעודת מצוה און צענטראלער מעמד חנוכת הבית אין א גרויסער זאל אין שטאט וואו די צוויי גדולי תורה פון ארץ ישראל האבן משמיע געוועהן דברי ברכה לכבוד די היסטארישע מאורע.




















































bottom of page