דאנערשטאג פ' ויחי • ט' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
הונדערטער סקולענער חסידים און תושבי וויליאמסבורג האבן נעכטן מיטוואך אווענט זוכה געווען מיטצולעבן שעות של התרוממות הנפש ביים מרגוש'דיגער מעמד "הכתרה" ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען הרה"צ רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל שליט"א, איז אויפגענומען געווארן לשרת בקודש און ווייטער ממשיך זיין בכתר האדמורו"ת במקום שהתפללו בו אבותיו, אינעם נאסטאלגישן סקולענער ביהמ"ד אויף קיעפ סטריט אין שטאט וויליאמסבורג.
דער ביהמ"ד איז געווארן פולקאם אויסגערישט מיט הונדערטער זיץ-פלעצער לכבוד דעם גרויסן מעמד, און אויפ'ן גאנצן ברייט פונעם ביהמ"ד איז אויפגעשטעלט א צוויי-שטאקיגער בימת הכבוד וואו עס האבן באשיינט גדולי האדמורי"ם ורבנים וועלכע זענען געקומען וואונטשן און מפאר כבוד זיין לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א.
א רירנדע מחזה איז געווען מיטצוהאלטן ווי דער צענטער פונעם אויבן-אן ווערט באשיינט דורך די צוויי אחים האדמורי"ם לבית סקולען, ובראשם דער גרויסער ברודער, כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וועלכער איז במשך די גאנצע צייט געזיצן לידו מיט אן ענוות חן און אותות של אהבה ואחוה.
באזונדער האבן באשיינט בהדרת כבוד דער שווער פונעם רבי'ן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און דער פעטער פון די רביים, כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, און נאך חשוב'ע רבנים פון שטאט.
אנהייב פונעם מעמד האט מען געזינגען עטליכע ווארעמע סקולענע ניגונים, און דערנאך האט דער רבי שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת מגילה.
דערנאך האט מען געהערט דעם דבר הקהלה והביהמ"ד, דורך הרה"ח ר' שמשון פריעדמאן מנכבדי ופארי הקהלה, וועלכער האט בשם כל קהלא קדישא הדין מכתיר געווען דעם רבי'ן שליט"א, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס מ'האט אז דער רבי שליט"א איז נעתר געווארן לבקשתם און קומט אהער משפיע זיין מהוד תורתו ותפארתו, און דערמיט מעורר זיין די אהבה הישנה ואור הצדיקים פון זיין הייליגן טאטן און זיידעס וואס זייער קדושה איז דא שורה עד היום.
דערנאך האט מען געהערט די ווארעמע דיבורים דורך הרה"ג ר' דוד פריעדמאן שליט"א ראה"כ סקולען, איידעם פונעם סקולענער רבי'ן ז"ל, וועלכער האט פארציילט א שלל מיט זכרונות בצל הקודש פונעם שווער טאקע באותו מקום, וואס ער האט דא אריינגעלייגט אזעלכע כוחות און אורות, וואס יעדער געדענקט אז די "שענסטע שבתים" איז פארגעקומען דא בבית מדרשו אין וויליאמסבורג, וואס ער האט אלעמאל ארויסגעוויזן א ספעציעלע אהבה צו דעם מקום.
דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די איינציגס-דרשה פונעם נייעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט מיט א קול נרגש ארומגערעדט איבער די קדושת המקום און זכות וואס מ'האט אים צוגעטיילט לשרת בקודש אויף דעם מקום קדוש, און טרעפליך ארומגערעדט בגודל מדת האחדות והשלום און דער פליכט זיך צו האלטן צוזאמען, וועט מען אזוי קענען ממשיך זיין די קדושה וואס די צדיקי בית סקולען האבן דא אריינגעלייגט.
דערנאך האט מען געהערט די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, וועלכער האט ווארעם געוואונטשן פאר זיין געהויבענעם איידעם, דער רבי שליט"א, און מאציל געווען מברכותיו לברכה וסיעתא דשמיא בהנהגת העדה והמתפללים כל הימים.
א הערליכע דרשה האט מען דאן געהערט פונעם עלטערן ברודער כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וועלכער האט באגייסטערט דעם טויזנט-קעפיגן ציבור וואס האט געשלונגען מיט דורשט זיינע דיבורים נשגבים איבער די גרויסקייט פון פארגינען א צווייטן, וואס דאס זעט מען אין די יעצטיגע פרשה, ווי מנשה האט אזויפיל פארגינען פאר'ן יונגערן ברודער אפרים, און נאר אזוי האט זיך געבויט כלל ישראל, און אזוי האפט מען ווייטער צו קענען ממשיך זיין די הייליגע ירושה וואס דער טאטע ז"ל האט איבערגעלאזט, און שטארק מאריך געווען בשבחו פונעם יונגערן ברודער וועלכער איז מעוטר בכל מעלות ומידות שמנו חכמים און עס איז א זכי' פאר די וויליאמסבורגע קהלה צו נעמען אויף זיך אזא געהויבענעם איש על העדה.
צום שלוס איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן דעם רבי'ן, וועלכער האט יעדן צוריקגעוואונטשן במאור פנים.
אין די קומענדיגע וואכן ווערט געפלאנט א גרויסער "שבת הכתרה" ווען דער רבי שליט"א וועט מעריך זיין די שבת ראשונה בקרב הקהלה אין וויליאמסבורג.