זונטאג פ' קדושים • כ"ז ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
מיט התרוממות הנפש האבן חסידי באבוב אפגעצייכענט די הילולא קדישא פונעם ראש השושילתא הרה''ק בעל 'דברי חיים' מצאנז זי"ע בצל הקודש פון נכדו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. ליל שישי איז די רב שליט"א ערשינען צו תפלת מעריב אין ביהמ"ד הגדול און געצינדן ליכט, עס האט נאכגעפאלגט מיטן שולחן הטהור וסעודת ההילולא, ביי וועלכן מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות, און די רב שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש במשנתו פונעם בעל הילולא און זיין הייליגן ספר דברי חיים, וואס די רב שליט"א איז דערין אדוק ומקושר און טוט פארלערנען שיעורים אין דעם ספר אריבער 25 יאהר מידי שבת בשבתו. די רב האט אויך דערציילט שיינע עובדות והדכרות פונעם בעל ההילולא, און צום שלוס מעורר געווען זכות אבות בהאי שעתא פאר גאנץ כלל ישראל און פאר יעדן בפרטיות להיוושע בכל מילי דמיטב, אין דעם טאג וואס איז אלע יאהרן געווען א יום ישועה ועת רצון ומה כאן עומד ומשמש אף שם. ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן פולע רבנים גאונים, צווישן זיי: אבד"ק מישקאלץ ובניו, אב"ד טאמאשוב, אב"ד טורקא, אב"ד אוהעל בארא פארק, אב"ד קנעהניטש, אב"ד ווארקא, הרה"צ ר' דוד דוב האגער בן האד' מוויז'ניץ מאנסי, הרה"ג ר' ישראל חיים אשרי און נאך.
Comments