דאנערשטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
לעונה לקוראיו ביום דין
יעצט ביי תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, איידער פתיחת הארון איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ארויף אויפן ארון קודש און אויפגעטראטן מיט קורצע דברי התעוררות, די רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די אז די היינטיגע טאג איז גאר גורל'דיג אינעם קאמפ קעגן די גזירת החינוך אין ניו יארק, ווען עס וועט אפגעהאלטן ווערן א הירינג אין די ניו יארק אפעלאט דן צו זיין איבער די רעכטן פון די ידי זרים שונאי ישראל זיך אריינצומישן אין דעם נושא פון חינוך היו לא תהיה. די רב שליט"א האט באטאנט אז די זמן פון פתיחת הארון איז כידוע גאר א דערהויבענער זמן אן עת רצון אויסצובעטן כל מיני ישועות, און דערמאנט די זוהר הק' איבער די גרויסקייט פונעם תפילה 'בריך שמיה' וואס מען זאגט ביי פתיחת הארון, און געבעטן פונעם ציבור איינצורייסן אין דעם שעת גזירה וואס באדראעט דעם עתיד החינוך, צו בעטן למעננו ולמען עתיד דורותינו אז די גזירות רעות זאלן נישט קענען נתקיים ווערן!
נאך די קורצע דיבורים האט רי רב שליט"א אנגעהויבן בריך שמיה בקול גדול, און די גאנצע ציבור האט נאכגעזאגט מיט גרויס התעוררות.
Comments