דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
טויזנטער וויזניצער חסידים האבן מיט גרויס התרגשות און רגשי הלל והודאה זוכה געווען מיטצולעבן דער מעמד הדלקת נר ראשון דחנוכה בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט מעריך געווען די עבודת הקודש בסוד ישרים ועדה בבית מדרשו הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק, וואו דער רבי האט זיך נארוואס אומגעקערט למעון קדשו נאכ'ן וויילן די לעצטערע וואכן אין נתני' פאר די מעדיצינישע באהאנדלונגען.
מפאת חולשת גופו הטהור איז איינגעפירט געווארן עטליכע שינוים ביים מעמד הדלקת הנירות, אנגעהויבן ביי ויהי נועם, וואס כמנהג צדיקי וויזניץ גייט מען ארום אין ביהמ"ד, איז דער רבי דאסמאל געבליבן על מקומו און פון דארט אויפגעלאמט דעם ציבור האלפים.
דעם ערשטן מאל ויהי נועם האט דער רבי געזאגט בקול רם און באלד דערנאך זיך אראפגעזעצט, זייענדיג ממשיך די איבריגע זעקס מאל, ווען בשעת מעשה בעלי השיר יוצאים בשיר, די וויזניצע קאפעליע איז מהנה מיט ווארעמע חסיד'ישע ניגונים, באגלייט דורכ'ן וויזניצער שפילער ר' מאיר אדלער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט "מעוז צור" און דאן משמיע געווען קורצע דברות קודש מתובל מיט דברי התחזקות והדרכה פאר די בחורים אויסנוצן די ימים המסוגלים פון חנוכה פאר התגברות אין לימוד התורה.
ווי אויך האט דער רבי נישט פארטיילט "חנוכה געלט" פאר'ן ציבור, נאר אנשטאט שפעטער בביתו נאוה קודש געבענטשט מטבעות צו פארטיילן פאר די חסידים אין אלע שטעט.
באזונדער איז געמאלדן געווארן אז צוליב'ן רבי'נס מצב הבריאות וועט דער רבי נישט לייגן תפילין פאר די פרישע בר מצוה בחור'לעך, און דער רבי האט ממנה געווען בנו הגדול הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ, מיט דעם כיבוד.
ווי באריכטעט וועט דער רבי שליט"א וויילן דורכאויס גאנץ יו"ט חנוכה במעון קדשו אין בני ברק, און מעריך זיין יעדע נאכט די הדלקת הנירות ברוב עם, מיט'ן אויסנאם די זיבעטע ליכטל, דינסטאג ויגש, ווען דער רבי וועט צינדן באופן פרטי אין ליכט פון א מעדיצינישע פראצעדור וואס דער רבי איז ערווארטעט דורכצוגיין אין דעם טאג.
Comentários